דינסטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.
- ב"ר ישראל שלום פאללאק הי"ו.
- ב"ר יודא פרענקל הי"ו.
- ב"ר יצחק יושע פירטה הי"ו.
- ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו.
- ב"ר יואל שעהר הי"ו.
- בן הרב אברהם יואל לעפללער הי"ו.
- ב"ר יעקב יחזקאל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:00 איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מסיבת לחיים רבתי בתופים ובמחולות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים לרגל די שידוך שליסן פון נכדתו הכלה דור רביעי הבכירה, עב''ג החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני שבח והודיה און וניגוני דביקות ושמחה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און פאר אלע בחורים ורמ"י וישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נשואין און דערנאך ארויסגעברענגט די שמחה פונעם שידוך שליסן מיט אזא חשוב'ע חתן א תלמיד הישיבה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די תלמידי הישיבה מען זאל טרעפן גוטע שידוכים דערציילונג א מעשה פונעם ייטב לב זיע''א וואב האט געזאגט פאר ר' בחור אל תהי ברכת כל"ה הדיוט בעיניך, און פונעם קדושת יו"ט זיע''א וואס האט געזאגט אז ער וועט זיך אויפטוהן בעולם העליון אז ער האט אנגעטוהן שטריימלעך פאר די בחורים, און און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער חתן האט געזאגט א פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצע אויבנאן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און מיט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און מיט אלע מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 1:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ) היושב ע"פ אחותו ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל דאס שידוך שליסן פון די מחותנים ראשי קהלתינו הק' לעיקוואד, הרה"ח ר' ישראל וועלץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לעיקוואד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 4:30 זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבתינו ברך משה שע''י מוסדותינו ב''פ אינאיינעם מיטן ראש ישיבה הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד שליט"א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים שו"ע הלכות שבת הלכות הוצאה א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו לעיקוואד שליט"א און פאר הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אהנקומען האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די מחותנים ר' יואל ב"ר משה כהנא הי"ו (ב"פ) און ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג) אין זאל פון אימפעריאל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי ועד להוצאת ספרי ברך משה אין שפיץ פון הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה''כ וומסב''ג און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, ווי זיי האבן געברענגט פארן רבין דאס ערשטע ספר ארויס פון דרוק, פונעם נייעם ספר ברך משה תשובות וסוגיות הש"ס, דער רבי האט איבערגעקוקט די סוגיות און די תשובות אינעם ספר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח און זיך אויסגעדריקט אז "מען גייט בקרוב אי"ה באנייען די נייע ספרים שטוב אינדערהיים אין קר"י און עס איז מיר א זכי' אז מען קען עס באנייען מיט א נייעם ספר פונעם טאטן ז"ל", דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ווייטערדיגע פלענער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הועד און פארן מדפיס פון די קאמפאני 'ישר'.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט''א אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק', ווי הרבני הנגיד ר' יצחק וואלף פילאפ הי''ו האט אפגעקויפט די זכות פון א חדר תפילה בבית מדרשינו החדש אין לינדען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון לינדען בכלל און קהלתינו הק' בפרט, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב הגאון ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט''א דומ''ץ דעברעצין, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל נשואי בתו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין הלכות מזוזה, און ער האט געוויזן פאר רבינו שליט''א זיינע ספרים וואס ער גיט ארויס פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים און תשובות פון דעברעצינער רב ז''ל, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
