בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט"ו שבט תשפ"ה2/13/2025

באריכט
דאנערשטאג יתרו חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב הערש פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו.
- ב"ר משה אלי' פריעד הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שער שמחה' און אנגעוואונטשן פאר די בחורים מען זאל מרבה זיין מיט שמחות בקרוב ביי אלע בחורים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני חמשה עשר און דער רבי האט טועם געווען פון די פירות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און פארטיילט טייטלען פאר אלע בחורים.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו מנהל בית השחיטה המהודרת, ווי עס איז פארגעקומען א גאר סוקסעספולע מסיבה מפוארה, ווי עס איז געשאפן געווארן דעם פאנטאסטישן סכום פון אריבער צוויי מיליאון דאללאר צום גמר הבנין פונעם בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' אין בני ברק יע"א.
די מסיבה איז פאררופן געווארן דורך הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו אינאיינעם מיט שותפו לדבר מצוה הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנ''ש וועלכע האבן זיך נאך נישט געהאט אנגעשלאסן אינעם קרן הבנין, און האבן יעצט מנדב געווען ברוח נדיבה צו קענען גומר זיין דעם בנין גדול ומפואר.

צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה, און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער.

דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה און עס איז פארמירט געווארן שיינע שמועסן מיט די אנוועזנדע.
אויך האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.

דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה לכבוד היום און דערנאך ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון די נדבנים און די שטארקע צורך פארן גמר הבנין, און ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"ב, און ארומגערעדט בשבח פון הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו איבער זיינע פילע פעולות לטובה פארן בית השחיטה המהודרת, און פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו וועלכע איז פון די חברי ועד הדירות און האט געהאט א גרויסע חלק אין אראפריקן די פרייזן פון די דירות אין קר"י, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע אנוועזנדע.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות לכבוד היום דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און נאך פארשידענע פירות. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.

נאכן בענטשן זענען די נגידים איינציגווייז אריבער חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און פארטיילט פאר יעדעם א שאכטל פירות מיט שיירי אתרוג וואס האט געהאנגען אינעם רבינ'ס סוכה. מען האט געענדיגט ארום 8:00.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א ר"י וויזניץ וומסב''ג בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן גאר א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ביים פארענדיגן האט דער רבי אים געזאגט אז ער מאכט אים פאר א שליח אז ער זאל איבערגעבן פאר אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א א פריסת שלום און א שליחות מיט א בקשה מיוחדת איבער די נייע דירות פאזע דורך קהילת וויזניץ בשכונת דברי חיים אין קר"י.
דער רבי האט ברייט און ידידות'דיג אויסגעשמועסט די פעולות לטובה דורך כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל צו בויען א נייעם אידישן ישוב אין מאנסי און האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל האט טאקע געבעטן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל נישט צו בויען זיין שטעטל תיכף נעבן זיין ישוב, און דאס איז די סיבה פארוואס רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט נישט געבויעט קרית יואל נעבן מאנסי טראץ וואס עס וואלט געווען פיל גרינגער, וויבאלד ער האט געוואלט אז קרית יואל זאל זיין אפגעטיילט פון אנדערע ישובים, אבער דורך דעם וואס מאנסי איז למעשה באזעצט געווארן דורך פילע שיכטן און קרייזן איז א מציאות היינט צוטאגס אז ס'איז שווער דארט גודר גדר צו זיין אויף פארשידענע ענינים וכו', ווייל די איינציגסטע וועג צו קענען האלטן אן עינא פקיחא אויף א שטאט איז נאר אויב עס איז אלעס תושבים מיטן זעלבן מהלך החיים און השקפה, און נאר אזוי האט קרית יואל געהאט אזא הצלחה בליעה"ר ביז אהער, און דער רבי האט געבעטן איבערצוגעבן בבקשה אז היות די שטאט ניו יארק איז גענוג גרויס צו קענען מאכן ישובים ערגעץ אנדערש, איז נישט מין היושר והנכון צו מאכן הארט נעבן קרית יואל א ישוב פאר חסידי וויזניץ, און מצידינו זעמיר אונז זעמיר גרייט אפצוקויפן אלע דירות וואס איז שוין געבויעט געווארן, און אלע דירות וואס ווערן געבויעט און מען וועט זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין שום שאדן ח"ו, און כמובן מען וועט אויך זיין בייהילפיג צו טרעפן א נייעם פאסיגן מקום מיט אלע הצטרכות'ער.
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט ווי די שטאט קרית יואל איז געווען בבת עיניו הק' פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס איז געווען א גברא דקפדנא ביי אידישקייט און האט אייביג אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט בענינים לשם שמים, און ס'איז נישט כדאי מזאל זיך מיט אים פארטשעפענען, בפרט ווען עס איז געקומען צו זיין שטעטל קרית יואל ווי מען זעט בחוש ווי רביה''ק זיע''א גיבט אכטונג פון אויבן אפצוהיטן די הייליגקייט און ריינקייט פון זיין שטאט וועלכע ער האט אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש בדם לבבו לשמו ולזכרו איבערצולאזן א שם ושארית משמו בישראל און מגנזי מרומים וועט ער דא אויך פועל זיין אז ער זאל קענען אויספירן משאת נפשו הטהור בעז"ה, דער רבי האט פארענדיגט זיינע ווערטער אום ממשיך געווען בברכת קדשו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר''ר חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יחוס פון חתן וכלה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו.
- הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו - הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 548