בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ט שבט תשפ"ה2/17/2025

באריכט
זונטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הר"ר אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' זלמן לייב זופניק הי"ו.
- ב"ר אהרן חיים לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יודא נתנאל מאשער הי"ו.
- ב"ר מנחם ישכר דוב כ"ץ הי"ו.
- ב"ר חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר זאב דוב רעטעק הי"ו.
- ב"ר שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל דוד שווארץ הי"ו.
- ב"ר יעקב יוחנן מיטטלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות. מוהלות: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. סנדק מעומד: הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א. ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק אלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת הברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ ר' הערשל מייזליש שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א באנייט זיין נייעם גרויסן ספרים שטוב אינעם ניי צוגעבויטן פליגל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אהנגעהויבן מסדר צו זיין די טויזענטער ספרי קודש מיט א סדר וויזוי מזאל דאס אריבערפירן, דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות פארן הויז בחור און פאר די געקליבענע בחורים בני תורה וואס האבן עטליכע שעה געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן מסדר צו זיין די ערשטע פאזע פון די ספרים. דערנאך בעפאר מנחה האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די בחורים.

ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה, שוין אינעם ניי פארענדיגטן פליגל בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אהרן יוסף שפילמאן הי"ו - הרה"ח ר' מענדל ראזען הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו - הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק וואלף ברי"א גרינוואלד הי"ו לרגל א סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️