בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' שבט תשפ"ה2/18/2025

באריכט
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברי"ז ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר ראובן אריאל מאוואס הי"ו.
- ב"ר אהרן עקיבא קאהן הי"ו.
- ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה לקראת זייער נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע, און ארויסגעברענגט די אימה און פחד וואס דארף אנכאפן ווען מען גייט אריין אין די אוהלים פון אזעלכע צדיקים וקדושים, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.

נאך שחרית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו חבר הנהלת קהלתינו הק' קר"י לרגל הולדות בנו למז"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום יום האיחוד פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, און די מנהלים האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים, נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א וועלכע פארט אין די יעצטיגע טעג קיין ארה"ק, צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ירושלים און בני ברק. מען האט געענדיגט ארום 4:10.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מענדל גאלדבערגער ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מנחם חיים ריכטמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן שושן פורים אין ביהמ"ד קדושת יו"ט אין ב"פ, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' מנחם חיים הי"ו ובני משפחתו און פאר הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב הביהמ"ד.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת שער המלך בהנהלת הרה"ג ר' מאיר ישראל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פארן ראש ישיבה שליט"א און פאר אלע תלמידי הישיבה.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ ראשי קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער אינאיינעם מיט וועד קרן הבנין דבית מדרשינו הגדול אין מאנטשעסטער מקבל זיין ברכת הקודש צום די בעפארשטייענדע קאמפיין צו איבערבויען בית מדרשינו הגדול נאך די שריפה וועלכע איז ל"ע פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד אלכסנדר אשר ני"ו בן הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 606