זונטאג פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל אפרים פישל לאנדא הי"ו.
- ב"ר שמעון שווארץ הי"ו.
- ב"ר מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל ירמי' מארמארשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איידער די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א אינאיינעם מיט בנו החתן נפתלי ני"ו ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג תצוה אין וומסב''ג און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף גאנץ הלכות שבת הב' יעקב בן הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א און הבה"ח יהודא ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול רבי יושע אייכענשטיין שליט"א ראש ישיבת יד אהרן אין ארה"ק, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון ארה"ק בשליחות פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, ומגדולי מנהיגי עולם הישיבות, אויפצושטורעמען דעם יהדות הגולה איבער דער ברענעדיגער ביטערער גזירת הגיוס אין ארה"ק.
דער ראש ישיבה האט געבעטן מרן רבינו שליט"א אויפצושטורעמען די גאנצע וועלט, אידישע און גוי'אישע צוגלייך, איבער די ביטערער גזירה איומה וועלכער שוועבט אויף טויזנטער בחורים אין ארה"ק. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס ווי מען האט נושא ונותן געווען אין דעם ענין בכל פרטי', דער רבי האט שטארק מחזק געווען דער ראש ישיבה שליט"א מען זאל קענען אויפטוהן וואס מען דארף און פארשפראכן מיטצושטיין מיט יעדע זאך מיט וואס מען קען ארויסהעלפן, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מדזיקוב מעליץ שליט"א פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די נושא פון פדיון שבויים ביי די לעצטערע געשעענישן אין גוטאמאלא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
