דינסטאג פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הרה''ג ר' יואל ניימאן שליט"א.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, פאר די מנהלים, און אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' וואס איז מרומז תורה ותפילה און ארויסגעברענגט בשבח הישיבה אז מען לייגט א שטארקע דגוש, אויפצושטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, וואס איז סיי תורה און סיי תפילה ווייל א תפילה נאכן לערנען האט סאך א גרעסערע כח, און ארויסגעברענגט די מעלה פון א ישיבה אוועק פונדערהיים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה לימי הפורים און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א געהערט א טעלעפאנישער באריכט איבער די נסיעה פון די משלחת הרבנים אין שפיץ פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א צו באזוכן בבית השחיטה המהודרת אין אוריגוויי, וואו רבינו שליט"א האט איינגעשטעלט א הערליכע מהודר'דיגע מערכת השחיטה פאר גסות. די רבנים זענען זייער נתפעל געווארן פונעם גאנצן שחיטה סיסטעם, די האראוואניע וואס די חשובע בעלי בתים פון מיעל-מארט האבן אריינגעלייגט נאכצוקומען אלע הידורים ותיקונים, און האבן זייער משבח געווען פארן רבין די גאנצע מערכת השחיטה וואס איז אויפן העכסטן סטאנדארט אין כשרות בס"ד.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם ערשטן שבת וואס מען גייט פירן אין ביהמ"ד נצח ישראל סקולען אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ''ץ בית מדרשינו בנין געלבשטיין, ער האט געוויזן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש 'בשבילי הלכה' על הלכות יום טוב וואס גייט אי"ה אריין אין דרוק בס"ד, און דערביי איבערגעגעבן א גרוס פונעם פארגאנגענעם שבת משפטים ווי הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט געפראוועט א דערהויבענע שבת התאחדות בקרב אנ''ש תושבי השכונה.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תצוה, עב"ג החתן נכד הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
שפעטער איז אריין הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א נענען א ברכת פרידה לרגל זיין נסיעה בשליחת הקודש צום גרויסארטיגן דינער בקרב מוסדותינו הק' און לרגל שבת שקלים בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק יע"א.
דער רבי האט איבערגעגעבן מדברות קדשו ואס מזאל איבערגעבן פארן ציבור און דער רבי האט געבענטשט ציקער וואס מ'וועט אויסטיילן פאר די תלמידי המוסדות, און דערנאך אים אפגעזעגנט פאר א דרך צליחה לחיים ולשלום.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
