בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט שבט תשפ"א2/11/2021

באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט ביי די דב"ק ביים "יום המיוחד" פאר די העכער 650 תלמידי כיתה ט' דמוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ארויסגערענגט שטארקע לענגערע דברי הדרכה, ובפרט ארויסגעברענגט דברי שבח אויף אויפשטיין ליל שישי בימי השובבי"ם ווי די רבי האט זיך אויסגעדרוקט "..כוויל מאכן די ברכה פון 'הטוב והמטיב' אויף דעי שמועה טובה", "..סהאט זעכער בוקע רקיעים געווען אין הימל און עושה רושם געווען".

און דערנאך ארויסגעברענגט די התרגשותדיגע געפילן "..כהאב געהערט א שמועה טובה פון קבלות טובות וואס די בחורים האבן זיך מקבל געווען יעצט פון ר"ח אדר ביז צום יו"ט פורים הבאים לקראתינו לשלום, צו לערנען "שעות רצופות" אן הכנה דרבה צו די "שמחת הכנסת ספר תורה" וואס גייט אי"ה זיין בקרוב, דאס איז א בחינה פון והיה שמע תשמע אם שמע בישן תשמע בחדש.."
"איך וויל איינלאדענען אלע בחורים צו די שמחה פון הכנסת ספר תורה, כוויל עטץ זאלטס האבן א חלק אין די שמחה של מצוה, אבער כוויל עטץ זאלטס אויך האבן א חלק אין די הכנה צו די הכנסת ס"ת דורך לימוד התורה"

און צום סוף ארומגערעדט איבער די מצב הנורא השורה בעולם "..ותנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' סנאך דא אסאך אידן אין די גאנצע וועלט ליידער, מיט די ביטערע מחלה וואס דרייט זיך ארום, און זיי דארפן ישיעות ורפואות, דער אייבערשטער זאל העלפן א רפו"ש פאר די אלע אידן וואס דארפן א רפואה, און די אלע וואס זענען געזינט זאל דער אייבערשטער העלפן זאלן בלייבן געזונט, 'אנשים נשים וטף, זקנים עם נערים' אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט בגשמיות וברוחניות, ביז דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין אקעגן צו די גואל צדק בב"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️