פרייטאג תרומה א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ח פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' יואל יצחק שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יושע דוד ראפאפורט הי"ו.
- ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו.
- ב"ר פסח חיים קרעמער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
מוסף: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די הענט כנהוג אום ערש"ק. מען האט געזינגען ניגוני ר"ח וניגוני חודש אדר, דערביי האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון די גאנצע ישיבה.
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז מרדכי הצדיק איז געווען דורש טוב לעמו, 'טוב' מיינט מען שידוכים כמבואר בגמרא לא 'טוב' היות אדם לבדו, און אנגעוואונטשן עס זאל זיין מרבין בשמחה מיט אסאך שידוכים אין ישיבה, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
ארום 3:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געווארן אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד פונעם ארטיגן געגנט אהל בתי', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו פארענדיגן די לעצטע אותיות.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דערביי האט הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו געוויזן פארן רבין א כתב יד פון זקינו הגה"ק מרן בעל קדושת יו"ט, און אויך געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר כתבי יואל, אלע תורות געשריבן בכתב יד קדשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס ער האט ארויסגעגעבן לכבוד די שמחת הבר מצוה פון בנו הב' שמעון ני"ו, דערנאך האט בנו הב' שמעון ני"ו איבערגעזאגט עטליכע חידושים פון זיין בר מצוה פשעטל.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו, פאר חמיו הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה, און דערנאך געגאנגען הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן בנו הב' הבר מצוה שמעון ני"ו און מיט אנטוהן די כתר תורה אביו הרה"ח ר' אברהם יעקב הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך מכבד געווען הרה"ח ר' יחזקאל דוד הי"ו ובני משפחתו צו טאנצן מיטן ספר תורה. מען האט געענדיגט ארום 4:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
