בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגט"ז אדר תשפ"ה3/16/2025

באריכט
אין א שריט פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט האט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א אפגעשטאטעט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א, זיך צו באדאנקען פאר די מסירת נפש'דיגע שריט און דרייסטע החלטה פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב"ג שליט"א נישט ממשיך צו זיין מיט'ן אויפבויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.

גאנץ כלל ישראל רוישט, יעדער שטייט נאך איבעראשט פון די אויסטערלישע מסירת נפש'דיגע שריט למען השלום והאחדות דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך צוריקגעצויגן פון ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל, אויף די פערזענליכע ווענדונג פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מרא דאתרא קדישא צום וויזניצער רבי'ן שליט"א, אז למען עתיד עיר קרית יואל זאל מען זיך מושך זיין דערפון און נישט ממשיך זיין מיט'ן בויען א וויזניצער שיכון אין קרית יואל.

אלס הכרת הטוב פאר אזא קריטישע שריט וואס כל העתיד של עיר הקודש קרית יואל איז תלוי בזה האט כ"ק מרן רבינו שליט"א געשיקט בנו הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א זיך פערזענליך צו באדאנקען בשליחותו אויף די שריט וואס וועט ראטעווען עתיד קרית יואל ס'זאל בלייבן הייליג און אפגעזונדערט כרצון המייסד רביה"ק זיע"א.

דער רב שליט"א איז אנגעקומען צום שטוב פון וויזניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאמסבורג באגלייט מיט א חשוב'ע דעלעגאציע פון נכבדי וחשובי קהלתינו הק', ובתוכם די רבנים החשובים הרה"ג רבי מאיר צוויבל שליט"א, הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, און די ראשי הקהלה הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.

דער וויזניצער רבי שליט"א האט מיט א הארת פנים ספעציעל שיין אויפגענומען דעם רב שליט"א און די מכובדיגע דעלעגאציע, דערנאך נאך א לענגערע שמועס במנהגי היום פון שושן פורים המשולש האט דער רב שליט"א געזאגט פאר'ן וויזניצער רבי'ן שליט"א, איך קום בשליחות פון טאט'ן זאל זיין געזונט איבערצוגעבן א יישר כח מעומק הלב, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז אים נישט געוועהן קיין גרינגע באשלוס מבטל צו זיין די פלענער פון קומען קיין קרית יואל, ס'איז מיר געוועהן שווער דאס אוועקגיין הן צוליב די מאנגל פון דירות דאהי דער ציבור דארף דאך האבן ווי צו וואוינען, און אויך צוליב די שמירת עינים אין שטאט. אבער האט דער וויזניצער רבי אויסגעפירט לפום צערא אגרא, וויבאלד ס'איז אזוי שווער דאס אוועקגיין איז די שכר פיל גרעסער און אין דעם זכות וועט מען טרעפן א בעסערע פלאץ, צילייגנדיג אז האדמו"ר משומרי אמונים רבי אהרן ראטה ז"ל האט געזאגט ער איז מער געשטיגן אין פעסט ווי אין סאטמאר, וויבאלד אין פעסט איז אים אנגעקומען שווערער דאס שמירת עינים.

דערויף האט דער רב שליט"א געזאגט אז דערפאר טאקע וויבאלד ס'איז אזוי שווער האט דער טאטע אזא גרויסע הכרת הטוב און ער איז יעצט געקומען זיך באדאנקען פאר'ן אפטרעטן למען כבוד המייסד רביה"ק זיע"א.

דערנאך האט דער רב שליט"א נאכגעזאגט א טרעפליך ווארט פונעם אמרי חיים ז"ל וואס ער האט געזאגט שכרו הרבה מאוד על פי פעלו, א מענטש באקומט שכר פאר'ן טוהן, אבער ווען באקומט ער עס ווען ס'איז איש על מחניהו ואיש על דגלו, ווען יעדער איז אין זיין פלאץ ווי ער באלאנגט אין זיין מקום.

נאכן מכבד זיין מיט כיבוד און וואנטשן לחיים כנהוג, האט דער וויזניצער רבי שליט"א געשיקט מיטן רב שליט"א א פריסת שלום פאר מרן כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א און ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א און די חשוב'ע דעלעגאציע בידידות רב, ונפרדו בשלום.

יעצט אהנקומענדיג צום שלחן הטהור פון רבינו שליט"א אין גרויסן ביהמ"ד אין וומסב"ג, האט דער רב שליט"א תיכף איבערגעגעבן דעם פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע