בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ד אדר תשפ"ה3/24/2025

באריכט
זונטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זיידא ווייס הי"ו (וומסב''ג), בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בכור משה סרוגא הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים ממציוני תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף גאנץ מסכת בבא מציעא גפ"ת, דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה. דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.

ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבודו פון הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו צוגעשטעלט דורך די הנהלת השוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ח ר' שלמה הערש הי"ו, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און זיידעס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 750