בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ז אדר תשפ"ה3/27/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע העשיל פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל הר"ר יחזקאל שרגא ברי"א שטיין שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אהרן מאנן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ברוך סימאן הי"ו.
- ב"ר דניאל מאסרי הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, צום סוף האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת יו"ט פסח הבעל"ט און מעורר געווען אלע בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פסח מיטן לערנען חסידישע ספרים, און געזאגט פאר אלע אנ''ש אז מען האט געמאכט א סדר צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פונעם בני יששכר זיע''א וואס לייגט זייער שיין אראפ אלע מצות החג און עס איז כדאי עס אדורכצולערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה.

ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.

ארום 11:00 זענען אריין בקודש פנימה א געקליבענע צאל מרבני ולומדי כוללינו בארה"ק כולל עצי חיים אין בני ברק יצ''ו און כולל ויואל משה אין ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון די ראשי הכוללים, צווישן אנדערע הגה"צ אבד"ק ריסקעווע און הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' אין בני ברק, און נאך חשובע מורי צדק בקהלתינו הק' אין בני ברק און ירושלים ת"ו, וועלכע זענען געקומען צופארן אויף שב"ק 'שבת החודש' בצל הקודש פון רבינו שליט"א לקראת דעם מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות דעם זונטאג ויקרא בראשות רבינו שליט"א נדבת הרבני הנגיד ר' יוסף בראך הי"ו.
די חשובע געסט זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מכבד געווען די ראשי הכוללים שליט"א זיך אראפצוזעצן, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בהלכה אין פארשידענע מקצועות התורה וואס מען לערנט אין די כוללים און במיוחד איבער פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך אום יו"ט פסח, ובפרט היי יאר וואס עס געפאלט שבת ערב פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך פנחס שיק שליט"א בן האדמו"ר מאוסטראה שליט"א פון מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און ער האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע בלאזוב'ע הגדה וואס ער האט נארוואס ארויסגעגעבן מיט די תורות פון זקיניו האדמורי"ם מבלאזוב זצ"ל, דער רבי האט מעיין געווען און ארומגערעדט איבער הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

אין די שפעטע נאכט שעות בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. האט דער רבי מסדר געווען די ערשטע חלק פון די רשומות פונעם חלוקת קמחא דפסחא וואס ווערט אפגעשיקט פאר עניי ארץ ישראל חברי קהלותינו הק' ברחבי ארה"ק לקראת חג הפסח הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️