בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday28 Adar 57853/28/2025

Report
פרייטאג ערש''ק פקודי 'בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די בריתן:
- לבן הנולד אצל ר' שלמה בר"ש לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר מענדל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר חיים ברוך ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר אהרן דוד נאה הי"ו.
- ב"ר חיים משה ברודא הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️