זונטאג פרשת ויקרא ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א בבנין הת"ת 'בנין מארקאוויטש'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברי"ח גרינוואלד הי"ו.
- ב"ר אהרן סטאריק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז אברהם אבינו האט אריינגעברענגט א כח פון מסירות נפש אין גאנץ כלל ישראל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וועלכע זיצן נאך אין ישיבה אין חודש ניסן וואס איז אויך א בחינה פון מסירת נפש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די ספעציעלע מסגרת שע"י מוסדות קרית יואל, און אריין אין אלע כתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים א לענגערע צייט.
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די תלמידי כתות א' ב' סניף הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח.
פון דארט איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די מצות וואס זענען געבאקן געווארן פאר די בני המשפחה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו - הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם משה ווייס הי"ו - הרה"ח ר' ראובן מיכאל כבודי הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:15 איז דער רבי אריבער בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען דער 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המנות' ווי עס איז פארטיילט געווארן א ריזן סכום פון אריבער א מיליאן דאלער פאר פילע רבני ולומדי הכוללים דקהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף פילע מקצועות התורה, נדבת הרה"ח ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים, דיינים, וראשי הכוללים, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר אפאר מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן חשוב'ן נדבן, און משמיע געווען דב"ק און מאריך געווען בשבח פונעם נדבן וועלכע לאזט זיך קאסטן אזעלכע גרויסע סכומים פאר די לומדי תורה און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דעק גאנצער ציבור אריבער ווי דער רבי האט פארטיילט דעם סכום פון זעקס טויזענט דאלער פאר יעדן פון די לומדי הכוללים. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 9:00.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' מרדכי ווידער שליט"א יו"ר חבורת 'משכינו' העולמי אינאיינעם מיט די ראשי חבורת 'להעלות' דקהלתינו הק', מען האט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די חבורה און די פלענער פון די חבורה במשך די יעצטיגע ימי בין הזמנים פאר די בחורי חמד דקהלתינו הק' און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענונג פונעם נייעם מצה בעקערי וואס מען וועט ניצן בעז"ה דעם ערב פסח הבעל"ט אינעם בנין הביהמ"ד הגדול אין מאנסי, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו - הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי"ו.
- הרה''ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
