בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגג' ניסן תשפ"ה4/1/2025

באריכט
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יצחק וואלף מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה וויינשטאק הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א.
- ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין די מצה בעקעריי ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן נייעם אויווען וועלכע איז געקויפט געווארן פארן באנוץ פונעם מצות באקן ערב פסח ברוב עם בהיכל המתיבתא בראשות רבינו שליט"א, דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:30 איז דער רבי צום ערשט אריבער בבית מדרשינו בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד ווי עס איז פארגעקומען א סיום אויף הלכות טהרה דורך לומדי כוללינו וומסב''ג סניף קעסקעיד אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם היכל לב אהרן וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן אין ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה פאר די לומדי הכולל און מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 8:45.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת הבר מצוה פון הב' בן הרב יהודא יודקובסקי שליט''א בן הרה''צ האדמו"ר רבי אליעזר יהושע שליט''א מסטוטשין וחתן הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה''ק קהלתינו הק' לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר האדמו"ר מסטוטשין שליט"א פארן ראה"ק הרה"ח ר' אשר זעליג הי"ו, און פארן בר מצוה בחור, און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות.

אויך איז אריין בקו''פ הר"ר יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו, דער רבי האט געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ ווי יאר יערליך א משלחת פונעם וועד מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים ווי זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן דעם נייעם מפתח הכשרות, און דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת ביהמ"ד ברך משה אין ב"פ אין שפיץ פונעם רב הביהמ''ד הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א לרגל דאס שליסן די מקח פאר א גרויסן בנין וואס וועט בעז"ה איבערגעבויעט ווערן פאר א ביהמ"ד גדול ומפואר מיט אלע צוגעהערן, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הרב פרץ שטיינבערג שליט"א מרבני יאנג איזראעל אין קווינס וועלי, אינאיינעם מיט עסקנים פון די ארגאניזאציע 'נשמה', זיך מתייעץ זיין אויף פארשידענע פראבלעמען וואס פאסירט אין אידישע הייזער, דער רבי האט אויסגעהערט און געגעבן הדרכה אויף פארשידענע ענינים, און האט מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פון די חתנים נכדי הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו - בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גרענד טערעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים, מחותנים און זיידעס, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן. מען האט געענדיגט ארום 12:30.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️