בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגז' מרחשון תשפ"א10/25/2020

באריכט
מזמור שיר חנוכת הבית
היינט איז פארגעקומען די מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פארן בנין החדש בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דרב"י דסאטמאר -סניף קדושת יואל אין שפיץ פון די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ווי די רבי האט געקלאפט מזוזה אין זיך אומגעקיקט אין ביהמ"ד, אלע כיתות, און דערנאך ארויף צו "אלע" דארמעטארי צימערן, חדר האוכל, מקוה,
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אין היכל הבימ"ד ווי די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און צווישן אנדערע דערמאנט אז ביים חנוכת הבית אויפן בנין הישיבה אין "סענז סטריט" איז רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע אריין אין יעדע צימער באזינדער, וואס דאס לאזט איבער א רשימא קדישא לדורות עולם. ווי רבינו שליט"א האט דאס מסביר געווען מיטן מעשה הידוע פונעם ר"ר אלימלך מיטן ר"ר זושא וואס זענען געגאנגען גלות, און ביז ווי זיי זענען געגאנגען איז געבליבן חסידיש ביזן קריג,
ומסיים געווען בברכות קדשו
👁 521