בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ז ניסן תשפ"ה4/15/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת צו - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים בני ר' יואל ב"ר מרדכי דוד גרויס הי"ו.
- בן הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- ב"ר יצחק יעקב ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר דוד יצחק ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר אהרן פערל הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר בערל שטיין הי"ו.
- ב''ר יעקב פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעורורות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח, און נאכגעזאגט אז מים 'שלנו' איז בגי' 'דוד בן ישי' דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די מצוה פון מים שלנו איז מען מעורר די גאולה השלימה און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי אמונה, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות וניגוני הכנה, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן וואס פליסט פונעם קוואל אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין באש שלהבת קודש א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

תיכף נאכן מעמד האט מען געדאווענט מעריב בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט ביינאכט האט דער רבי מסדר געווען די לעצטע רשימות פון זיינע צדקות און קמחא דפסחא פארוועם דער רבי האט ארויסגעשיקט באדייטנדע סכומים לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️