בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ג ניסן תשפ"ה4/11/2025

באריכט
פרייטאג צו - ערב פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר זעליג סאמעט הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 8:30. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
- ב"ר אברהם לייב וועכטער הי"ו.
- ב"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.

תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי ארויס פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב, און צוגעווארט אז דער חמץ זאל פארברענט ווערן, און געזאגט דעם יהי רצון.

דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, דער רבי האט געמאכט דעם קנין און איבערגעגעבן דעם שטר.

נאכמיטאג נאך די מקוה ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צו מצות באקן ברוב עם, בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
דער רבי האט אריינגעגאסן דאס וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר די באשטימטע מיירעס. בשעתן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט צוויי מאל הלל ברגש קודש והשתפכות הנפש, און ביים ענדיגן איז דער רבי געגאנגן צום אויווען, און דערנאך מפריש געווען חלה, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט שבת און א גוט יו"ט'.

דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי בבנין הישיבה אויף געציל בערגער, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' ביי די חבורות א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, און דערנאך ארום 4:00 אריבער צו די צענטראלע מצה בעקעריי דקרית יואל, ביים אנקומען האט זיך פארמירט א שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' און אין אלע אפטיילונגען א לענגערע צייט, געגאסן וואסער אין די מעל, צוגעגאנגן באטראכטן דעם אויווען און מפריש געווען חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן מלכות'דיגע סדר טיש ווי עס האבן מיטגעהאלטן בצל הקודש די אריבער 220 חתנים פער נאכט, מתלמידי הישיבה, הסמוכים על שולחן הטהור אין די הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️