בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"ה4/17/2025

באריכט
ליל התקדש החג - צווייטע סדר נאכט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך.

ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש.

דער רבי האט מסדר געווען די קערה און געזאגט תורה.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 14 מאל דברי תורה אויף, קדש, כרפס, הא לחמא עניא, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, והגדת לבנך, מתחילה עובדי עבודה זרה, והיא שעמדה, אנוס על פי הדבור, רבי אליעזר אומר, הוצאני מעבדות לחרות, יגיעני למועדים ולרגלים אחרים, שפוך חמתך, לא לנו.

במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א געזאגט די סימנים אויף אידיש.
הגבהת הכוס לקידוש: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

ביי מה נשתנה האבן אלע אייניקלעך געפרעגט צוזאמען.
מען האט געגעסן די כזיתים הארט פאר חצות, ביי שלחן עורך האט מען שוין געהעריג מאריך געווען בסעודה, מ'האט אריינגעברענגט אייער כנהוג, און די סעודה אזוי ווי יעדן יו''ט, און דער רבי האט מעיין געװען אין עטליכע ספרים.

ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן דעם אפיקומן מיט א דביקות. דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען הויז בחור הב' שניאור זלמן עקשטיין הי''ו.

ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט דעם טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:25.

נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן פיוט 'פודה כהלכה' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:00.

יום ב' דפסח

דעם צווייטן טאג יו''ט איז דער רבי אריינגעקומען ארום 11:05. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א. שחרית, יוצר והלל: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג). פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו (וומסב''ג).

עליות:
- כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
- לוי: הבה"ח מרדכי לייב ב"ר יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו (מאנסי).
- שלישי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק שטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יודל בר"מ הירש הי"ו (וומסב''ג).
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' שמעון הירש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- ברח דודי: הבה"ח הרב אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א, המיול"ח הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד סיגוט מאנסי.
- אשר הניא: נכד רבינו הב' חנני' יו"ט ליפא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- שושנת יעקב: הבה"ח יהודא ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
מען האט אריינגעברענגט אן עקסטערן קוגל לכבוד סעודת אסתר כנהוג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ' און געטייטשט אז בזכות וואס אסתר האט מקיים געווען ביעור חמץ וואס איז מרומז אויף גאוה, איז הקב"ה מחיוב געווארן צו ראטעווען כלל ישראל פון גזירת המן אלץ חיובי בעל לאשה.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני פורים, און מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירת העומר. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד, און געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️