בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט ניסן תשפ"ה4/17/2025

באריכט
דאנערשטאג ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:15. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו און הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
- שלישי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א.
- גלילה: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו.

מוסף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

נאך שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משה רובינשטיין הי"ו, בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום היסטארישן מעמד המרומם 'מצוות פדיון פטר חמור' במקהלות אלופי אלפי אנ''ש.

צום ערשט איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז געווען אויף א ביקור חג דער כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני פדיון פטר חמור און עניני חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד, און זיך באגריסט מיט די רבנים שליט''א און ארויס אין א פייערדיגן ריקוד בשמחה רבה אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות והשתוקקות לביאת המשיח.
דער יו''ר המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט דעם סדר המעמד ופדיון והלכותיה.
ארום 4:20 איז דער כהן הפודה הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ ערשינען צום מעמד און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט א דרשה, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון מקיים זיין מצות פדיון פטר חמור און זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן מכבד זיין צו דינען אלץ כהן הפודה, און ממשיך געווען מיט זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען צו זינגען אידישע ניגונים בעניני ביאת המשיח פארגעזינגען דורך הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדא הי"ו.
ארום 5:00 איז דער כהן הפודה כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א ערשינען צום מעמד, און דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט.
דער רבי האט געטרינקן מאסט און געוואונטשן לחיים פאר הרבנים הגאונים שליט"א און פארן גאנצן ציבור און תיכף משמיע געווען דב"ק, בראשית דבריו האט דער רבי ווארעם באגריסט די צוויי חשוב'ע כהנים שליט"א און זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דער רבי האט דערמאנט די שמחה אז בהאי יומא ג' דחוה"מ פסח בשנת תשכ"ח האט מען זוכה געוועהן צו מקיים זיין די רישא דקרא וואס מ'האט היינט געליינט 'וכל בכור בניך תפדה' ביים פדיון הבן פון בנו בכורו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און היינט איז מען מקיים דעם צווייטן חלק 'וכל פטר חמור תפדה בשה' און מען האפט אז בקרוב זאל מען קענען מקיים זיין די סיפא דקרא 'ולא יראה פני ריקם', און אויסגעשמועסט די אלע הלכות פון פטר חמור און פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט במשך דינ תקופה פון ווען מ'איז אריין אין דעם פראיעקט, ובפרט איבערן מקיים זיין צוויי מאל די מצוה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט לענגערע דברי אגדה בעניני פטר חמור און געטייטשט אויף מערערע מהלכים, משולב מיט הדרכה און ארומגערעדט פייערדיגע ווערטער איבער דעם אתה בחרתנו מכל העמים ווי מען זעט אז אויב האט עס אפילו א קליינע שותפות מיט א גוי איז עס שוין נישט הייליג און מען קען שוין נישט מאכן א פדיון פטר חמור, מען דארף זיך האלטן אינגאנצן אפגעזונדערט פון די גוים און זיי נישט נאכטוהן מיט גארנישט עס זאל זיין א הבדלה גמורה בין ישראל לעמים, און אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין צו ביאת המשיח, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור.

מען האט אריינגעברענגט די צוויי אייזלען און די צוויי שעפעלעך מלכות'דיג באצירט לכבוד המצוה כנהוג און עס אראפגעלייגט אויפן ספעציעלן בימה פארנט פונעם בימת הכבוד.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע ווארימע חרוזים לכבוד המעמד.

ארום 6:15 האט מען אנגעהויבן דעם ערשטן פדיון פטר חמור, צום ערשט האט דער רבי אפגעקויפט די שעפעלע פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מיט קנין כסף און קנין הגבהה, און ארויס לחדרו הפרטי און אנגעטוהן א נייע בעקיטשע פאר די ברכת שהחיינו.
נאך קורצע מינוטן איז דער רבי צוריק אריינגעקומען און געזאגט דעם לשם יחוד ברגש קודש און איבערגענומען די שעפעלע און געמאכט מיט א התלהבות קודש די ברכה 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על פדיון פטר חמור' און ממשיך געווען מיטן נוסח 'הריני מפריש טלה' און געמאכט דעם ברכת שהחיינו בקול חוצב להבות אש און איבערגעגעבן דעם שה פארן כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, און דערנאך אויך פודה געווען דעם חמור מיט זילבערנע מטבעות כדי יוצא צו זיין אלע שיטות אויב די שה קומט אויס טריפה נאכן שחט'ן, הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט עס קונה געווען און עס איבערגעגעבן פארן כהן הפודה.
דאן האט דער כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א געמאכט דעם בורא פרי הגפן על כוס יין, און ער האט געוואונטשן לחיים פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און דער רבי איז ארויס אין פייערדיגע ריקודי קודש ברשפי שלהבת אש ובשמחה של מצוה א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אויפצוטרעטן און בענטשן דעם ציבור מיט ברכת כהנים. האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן רבינו שליט''א בברכות לרוב און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים און מסיים געווען אז דער רבי זאל בקרוב זוכה זיין צו פירן אנטקעגן משיח צדקינו און זאל קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני' האט דער רבי דאן אפגעקויפט דעם צווייטן שה פון הרה"ח ר' אלעזר קליינבערגער הי"ו פארן צווייטן פדיון פטר חמור מיט קנין כסף און קנין הגבהה, דערנאך איז דער רבי ארויס לחדרו הפרטי צו טוישן א נייע בעקיטשע פאר די צווייטע ברכת שהחיינו און נאך א קורצע הפסקה - כהוראת הדומ"ץ שליט"א צווישן ביידע פדיון פטר חמור - איז דער רבי צוריק אריינגעקומען און געזאגט דעם לשם יחוד. הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א האט געבעטן אז רבינו שליט"א זאל אים מוצא זיין מיט די ברכת שהחיינו - און דאן האט דער רבי געמאכט די ברכה, און געזאגט דעם נוסח הפדיון און געזאגט דעם ברכת שהחיינו בהתלהבות אש און איבערגעגעבן די שה פארן צווייטן כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א, און דערנאך אויך פודה געווען דעם חמור מיט זילבערנע מטבעות, הרה"ח ר' משה אהרן קעסטנבוים הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט עס קונה געווען און דערנאך איבערגעגעבן פארן כהן הפודה.
דער כהן הגה''צ אבד''ק נייטרא ב''פ שליט"א האט דאן געמאכט דעם בורא פרי הגפן על כוס יין, און ער האט געוואונטשן לחיים פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט אים דער רבי מכבד געווען אויפצוטרעטן און בענטשן דעם ציבור מיט ברכת כהנים, און ער האט אויפגעטרעטן און ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון ברכת כהנים און אירע הייליגע השפעה און סגולה און געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, און ברכות לרוב פאר רבינו שליט''א.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט מתוך רגשי הלב, און ביים ענדיגן האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטן מועד' און אנגעוואונטשן אז די מצוה זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם כל מילי דמיטב תמיד.

אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי שטארק באדאנקט פאר די חשוב'ע עסקנים וועלכע האבן געהאלפן קענען מקיים זיין די זעלטענע מצוה ובפרט פאר הרה"ג ר' ברוך שטערן שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א וועלכע האבן אויסגעארבעט דעם גאנצן סדר המעמד ופדיון בכל פרטיה, און פאר העסקנים הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו וועלכע האבן צוגעשטעלט אלע טעכנישע חלקים פונעם מעמד, און פאר אלע איבריגע עסקנים. מען האט געענדיגט ארום 7:00 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.

נאך מנחה איז הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א געווען אויף א ביקור חג בקו''פ בביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני חג הפסח און דער רבי האט געגעבן ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

ארום 8:15 האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת מצוה לכבוד די מצות פדיון פטר חמור אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

נאך די סעודה ארום 10:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז געווען אויף א ביקור חג בקו''פ האדמו"ר משינאווא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער חומרות אום פסח ובפרט ביי די צדיקי בית צאנז ושינאווא, האדמו"ר משינאווא שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספר אמרי מנחם פון אביו כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל און דער רבי האט אים געגעבן די ספרו החדש לב אהרן מועדים - פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 524