בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגב' אדר תשפ"א2/14/2021

נייעס
פארגאנגען שב"ק פארן דאווענען האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באשיינט ביים "חברת תהילים" אינעם 'חדר דוד' בביהמ"ד הגדול, צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אלי שלמה קאהן מנהל בית רחל, און דערנאך האט די רבי מיטגעזאגט א קאפיטל תהילים מיט די תשב"ר, און משמיע געווען דב"ק דברי שבח פאר די קינדער וואס שטייען אויף שבת זאגן תהילים.

עקסטער האט די רבי ארויסגעברענגט דברי שבח פונעם 'נדבן החדר' די פרעזידענט הקהלה הרה"ח ר' דוד עקשטיין וועלעכע האט הערליך איבערגעבויט די חדר לשם ולתפארת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️