בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ו ניסן תשפ"ה4/24/2025

באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד. מערבית: הרה"ח ר' יואל בר"מ עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:35. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יום טוב און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול בצד צפון. הגבהת הכוס: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.

נאך די פיש האט דער רבי איינגעטונקען די מצה אין די ברוינפען געמאכט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו, און געוואונטשן לחיים. און אין די זופ איז געווען קניידלעך כנהוג.

מען האט אריינגעברענגט פערפל געברענגט דורך בנש"ק הרה''ח ר' אשר ישעי' הורוויץ הי''ו, און א מצה קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שכר מצוה בהאי עלמא.

מען האט אריינגעברענגט מצה כרעמזלעך געברענגט דורך הרה"ח ר' יחזקאל פרענקל הי"ו, און דער רבי האט פארטיילט פארן גאנצן ציבור א לענגערע צייט.

ברכת המזון: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קר"י. מען האט געענדיגט ארום 2:10.

יום אחרון של פסח

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:50. פארן דאווענען האט דער רבי אנגעצינדן די יזכור לעכט ביים עמוד.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א. צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה נכדי רבינו. הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי צבי קאהן שליט"א מו"ץ.

עליות.
- כהן: ר' יושע ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' שמואל הערש עקשטיין הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' מאיר מאיער שליט"א.
- גלילה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ.
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
- הגבה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ.
- גלילה: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.
- נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל ב"ר מאיר הירש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו אריבערגעברענגט פלייש פון די שעפעלע מיט וואס דער רבי האט מקיים געווען מצות פדיון פטר חמור בשליחות פונעם כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא ב"פ שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מנחה ונעילת החג

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:55. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף צום פלאץ צום שולחן הטהור ונעילת החג און געטאנצן פאר עטליכע מינוט.
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים פארן רבי'ן און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
מען האט אריינגעברענגט פירות און פסח'דיגע מאכלים און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני השתוקקות לביאת המשיח און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש אויפן ניגון 'אחכה לו' א לענגערע צייט מיט גרויס ברען.

נאכן זמן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויפן מייק, דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא' און געטייטשט אז אידישע קינדער האבן געזאגט שירה צוויי מאל, איינמאל אויפן עצם נס און די צווייטע מאל ווען זיי האבן געזעהן די אבות הקדושים זינגען שירה, דאס אז ביז היינט קענען נאך אידן אזוי לאנג אין גלות פראווענען א פסח מיט התרוממות הנפש איז דאס א נחת רוח פאר די אבות הקדושים אין גן עדן, און דאס איז פאר אונז א שמחה און מען איז זיך מצרף צו זייער שמחה בריקודין של שמחה, מצה איז משפיע כל מיני ישועות בגשמיות וברוחניות אויף א גאנץ יאר און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח בדביקות והתרוממות א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבא בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון מר אביו רביה"ק זיע''א. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן פארן גאנצן עולם א גוטע וואך און א געזינטן זומער, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה. מען האט געענדיגט ארום 10:15.

ביים אנקומען אהיים בביתו נאוה קודש האט דער רבי צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 440