בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגא' אייר תשפ"ה4/29/2025

באריכט
מוצש''ק 'בצל הקודש'

נאך הבדלה איז דער רבי אריבער בהיכל בית מדרשינו החדש אויף 10 עוו. וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן נאכן איבערבויען דאס גאנצע ביהמ"ד ברוב פאר והדר, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו, עקסטער איז דער רבי אריין אינעם נייעם היכל התורה ווי דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין שטארקע הנאה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו ב''פ שליט"א, דער רבי האט געטרינקען לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און משמיע געווען קורצע דברי ברכה און אנגעוואונטשן פאר די עסקני הביהמ"ד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בני הרה"ח ר' דוד ראזענבערג ע"ה מגדולי נדיבי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 11:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 12:00 איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות המקוה בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון 1.5 מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, און פאר הרה"ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, און פאר די חברי ההנהלה.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' אברהם שמעון קויפמאן הי"ו וואס האט אפגעקויפט דעם זכות ארון הקודש בבית מדרשינו החדש אויף 18 עוו. פארן ריזן סכום פון א מיליאן דאלער, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו, פארן דומ"ץ והנהלת הביהמ"ד.
אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר תלמידי ישיבה קטנה סניף מעיין התורה וועלכע האבן זיך די וואך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גמרא אין ראם פון חבורת ותלמידו בידו.

פון דארט איז דער רבי אריבער בבית הרבני הנגיד ר' דוד יושע הירש הי''ו, מיט די אנוועזענהייט פון הנגידים החשובים ר' שלום קרויס הי''ו, ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו, וואס יעדער פון די דריי נגידים האבן מנדב געווען א מיליאן דאלאר, און הרבני הנגיד ר' אהרן צבי מיטעלמאן הי''ו א סכום הגון, פאר בית מדרשינו החדש לב אהרן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקהלתינו הק' אין ב"פ, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די חשובע נדבנים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די הנהלת ועד קרן הבנין און אנגעוואונטשן אז דאס בויען זאל אנקומען שנעל און גרינג.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי הרה"ח ר' שלמה צדוק האפמאן הי"ו לרפו"ש, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דערביי האט הרה"ח ר' שלמה צדוק הי"ו מנדב געווען א סכום הגון לטובת בית מדרשינו אויף 10'טע עוו. און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:45 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️