דאנערשטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' אשר ארי' ווידער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל. - לבן הנולד אצל ר' עזריאל אלימלך לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
ארום 8:10 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד משכנות הרועים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי מתמידים 'התמדת התורה', און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די מרביצי תורה און באזונדער פארן מנהל הר"ר אליעזר הערשקאוויטש שליט"א.