מאנטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה''ג ר' אליעזר יודא מאליק שליט"א רב דביהמ"ד טורי זהב אליק וומסב''ג.
- ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו.
- ב"ר בנימין מאיר סיתהון הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:25 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער באולם כינור דוד צו די סיום מסכת מגילה און ראש השנה דורך מתמידים התמדת התורה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל הר"ר אליעזר הערשקאוויטש שליט"א און אלע מלמדים און די קינדער און זייערע עלטערן און זיידעס, און משמיע געווען קורצע דב"ק בשבח פון די קינדער וואס געבן אוועק פון די אייגענע צייט צו זיצן און לערנען און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:05 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרב נתן פעלדמאן שליט"א פון הוצאת צוף, אינאיינעם מיט די אייגנטומער פון גנזים אנטיק, און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די ניי איבערגעדרוקטע סידור בעל שם טוב וועלכע זיי האבן ארויסגעגעבן, און דערביי געצייגט פארן רבין עטליכע כתבי ידות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל וואלף שווארץ הי"ו - הרה"ח ר' יצחק פאלאטשעק הי"ו.
- הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' שלמה הערש פישער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף קביעות מזוזה בביתו החדש פון נכדו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי קובע געווען א מזוזה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
