בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ג אייר תשפ"ה5/11/2025

באריכט
זונטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר דוד יחזקאל משולם טעללער הי"ו.
- ב"ר אהרן יודא סטרולאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל עמרם גרובער הי"ו.
- ב"ר ישראל אפרים פישל שלעזינגער הי"ו.
- ב"ר אברהם שמואל בראך הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי''ו - אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט חברי הנהלת הקריה, אפנעמען דעם ברכת הקודש לרגל דאס אדורכפירן דעם נייעם געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק, ר' שמחה האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט און אויסגעשמועסט אן ערשטהאנטיגער באריכט מכלי ראשון איבער די גאנצע השתלשלות פון די לעצטע פאר טעג איידער די געזעץ איז אריבער, און אלע לעצט מינוטיגע פרואוון דורך די שונאי הדת עס צו שטערן, און ארויסגעברענגט וויאזוי מען האט ב"ה געקענט דעגרייכן דעם זיג אדאנק די ריכטיגע קשרים וואס קהלתינו הק' האט אנגעקניפט מיט די ערוועלטע באאמטע, דורך די דורכגעטראכטע און ריכטיגע החלטות און אינדארסירונגען, סיי פאר גאווערנאר האוקול, און אזוי אויך פאר די אנדערע פאליטישע באאמטע, אן נאכגעשלעפט ווערן פון די ווילדע רעטאריק פון די גאס.
דער רבי האט ווארעם באדאנקט ר' שמחה הי"ו מנהמת לבו הטהור בשם כלל ישראל תושבי ניו יארק פארן שטיין בראש פון די לעגיסלאטיווע ארבעט צו אדורכפירן די קריטישע געזעץ להצלת החינוך, און מאציל געווען מברכת קדשו ברכות לרוב אויף זיינע ווייטער'דיגע עסקנות.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' נחמן קליין שליט"א אב"ד וואשרהעלי ורב קרית מאטעסדארף ירושלים, און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייע ספר מהר"ם שיק וואס ער האט איבערגעדרוקט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דער מהר"ם שיק זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - הרה"ג ר' יחזקאל שרגא לאקס שליט"א מו"ץ.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 521