זונטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל אשר אנשיל הורוויץ הי"ו.
- ב"ר משה אליעזר ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אלימלך עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מח"י קרויס הי"ו.
- ב"ר יחיאל שרגא שפיצער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 1:20 איז רבינו שליט"א אריבער צום פראכטפולן נייע מקוה טהרה החדש דק''ק קרית יואל מכשיר צו זיין דעם נייעם מעיין פאר די מקוה המהודרת, דער רבי האט זיך באגריסט מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט"א, און מיט הרבנים הגאונים חברי ןעד המקוואות, און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען, און די חברי ועד קרן הבנין האבן צוגעוויזען אלע קאסטבארע איינריכטונגען און פילצאליגע הידורים צו האבן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות להרבות טהרה בישראל, דערנאך האט רבינו שליט"א צוגעטרעטן צו כשר'ן די מעיינות בטירחא דגברא רבא וועלכע האט זיך פארצויגן אין משך פון קרוב צו צוויי שעה, דער רבי האט גע'כשר'ט די מעיינות מיט וויין כפי הוראות רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז ארויס צום פאס וויין ווי די עושי המלאכה און בוי מייסטער האבן צוגעוויזען פארן רבי'ן אלע טעכנישע חלקים, דער רבי האט איבערגעקוקט אלע איינריכטונגען אינאיינעם מיט די רבנים הגאונים שליט"א, און דערנאך האט דער רבי אנגעצינדען די פאמפ אריינצוגיסן די וויין אינעם ערשטן מעיין, און דערנאך אריין אינעם בנין צום צווייטן מעיין און אנגעצינדן די פאמפ.
נאכן אריין גיסן די גאנצע וויין איז דער רבי צוריק ארויס צום ערשטן קוואל, און צוריק אנגעצינדן די מעיין, און בודק געווען די וואסער צו עס איז אינגאנצן נשתנה טעמו ומראיתו ליין, און גענומען א גלעזל און אנגעפילט פונעם קוואל, נאכן באשטעטיגן אז די וואסער האט דעם טעם ומראה היין האט דער רבי אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א געזאגט "כשר כשר כשר", און דערנאך צוריק אריין צום צווייטן קוואל און בודק געווען אזוי ווי ביים ערשטן קוואל.
במשך די גאנצע צייט האט רבינו שליט"א נושא ונותן געווען מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און מיט די אנוועזענדע רבנים בדבר ה' זו הלכה, און איבער פארשידענע הוראות און הנהגות לגבי הכשרות מקוואות פון רבותינו הק' זיע''א, סיי פון מקוואות אינדערהיים און סיי פון שטאט סיגוט, ווי אויך האט מען ארום גערעדט איבער כשר'ן מיט זאמד און מיט מילך, און פסקי הלכה פון די גדולי הפוסקים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בהלכות מקוואות, און דער רבי מיט דער דיין און די אנוועזנדע רבנים האבן זיך מפלפל געווען כדרכה של תורה אין עטליכע תשובה ספרים, דער רבי האט געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו''ר וועד המקוואות, און פאר הרה''ג ר' חיים קלמן קליין שליט''א רב דביהמ''ד סעליש ומרבני הוועד, און די עסקני המקוה, הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו און הרה"ח ר' חיים וואלף פריעדמאן הי"ו. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש. מען האט געענדיגט ארום 3:15.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די שבע ברכות פון בן הרה"ח ר' יודל ב"ר מאיר הירש הי"ו וח"ר אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:05.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' שמעון פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברשא"מ גרובער הי"ו - הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:05.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
