מאנטאג פרשת בה"ב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ממנה געווען הרב הגאון המפורסם רבי שאול יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ דעברעצין, אלס דומ"ץ ביהמ"ד 'לב אהרן' דקהילתינו הק' ב"פ, מען האט געזינגן ניגוני שמחה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום קרויס הי"ו בשם הנהלת הביהמ"ד, און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א בשם די מורי צדק תלמידים פונעם דיין. דערנאך האט דער נייער דיין שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע ווערטער און ארויסגעברענגט מיט התרגשות די זכי' צו קענען שטיין לימין רבינו שליט"א ולשרת בקודש בראש פונעם נייעם ביהמ"ד. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן דומ"ץ הביהמ"ד ובני משפחתו, און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פארן נייעם דומ"ץ הביהמ"ד ער זאל קענען מרומם זיין די כח התורה ותפילה ולהורות לבני ישראל בלי שום מכשול אינעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט אביו הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א אב''ד קהל חסידים בעיה"ב וויען און אנגעוואונטשן לרגל דעם התמנות. די עסקני הביהמ"ד האבן איבערגעגעבן אז באריכט און געצייגט פארן רבי'ן די סקיצעס און פלענער פארן נייעם גרויסן ביהמ"ד וואס האלט אין די ערשטע בוי פאזעס, און די פלענער זיך אריין צו ציען אין די קומענדיגע וואכן אין א צייטווייליגע ביהמ"ד אויף ביז די בנין ווערט פארענדיגט, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און ארויסבאגלייט דער דיין ביז צום טיר. מען האט געענדיגט ארום 6:45.