דינסטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלכסנדר זושא יודא רובין הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
- ב"ר דוד מזרחי הי"ו.
- ב"ר משה זאב פייערשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט, דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:40 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' ישראל געפילהויז שליט"א ראה"כ תפארת הלכה אנטווערפן, און הר"ר יואל בר"א גראד שליט''א (לאנדאן), וועלכע פירן אן א קאמפיין צו העלפן ראטעווען אחב"י פון די שרעקליכע גזירות החינוך אין ענגלאנד בשליחות הגאון הגדול ר' אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים פונעם קאמפיין און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:05, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
