בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ח אייר תשפ"ה5/26/2025

באריכט
מאנטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. און ביים ליינען עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"א פסוק ח', און דערביי געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות זיך צוצוגרייטן מיט לימוד התורה און שעות רציפות.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ב"ר אברהם ישעי' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יודא פריעדמאן הי"ו.
- הר"ר הערשל קאהן שליט"א און הר"ר יצחק נח פערלמוטטער שליט"א (מאנטרעאל).

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל, דערביי האט האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איבערגעגעבן א גריס פון בית מדרשינו אויף די דזשיל גאס אין מאנסי וועלכע געפינט זיך אין זיין שכינות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה ראשי קהלתינו הק' אינאיינעם מיט די ארגענעזירער פונעם גאר סוקסעספולן 'סאטמארק', ווי זיי האבן איבערגעגעבן א גריס פונעם ביזנעס טאג, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די גוטע גריסן וואס מען האט נאכגעהערט פונעם ביזנעס טאג און די ערנסטן איידעלן געשטעל מיט וואס עס איז צוגעגאנגען, און די שיינקייט פון אנ"ש וואס כאטש זיי פירן גרויסע ביזנעסער איז עס אבער מיט די גאנצע חסיד'ישע לבוש און חן, און ארומגערעדט ווי די פאליטיקאנטן באוואונדערן אז מען קען מצליח זיין און זיין גרויסע ביזנעסלייט און עשירים מיט אונזער ערליכע חינוך, די עסקנים האבן אויסגעשמועסט די ווייטערדיגע פלענער ארויסצוהעלפן בעלי מסחר פון קהלתינו הק' און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עסקנים.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 668