בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' סיון תשפ"ה5/29/2025

באריכט
מיטוואך במדבר ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף היכל התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל מאיר הירש הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ל ניישטאדט הי"ו.
- ב"ר ישראל העניך קרויס הי"ו.
- ב"ר פסח מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר ליפא פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור וסעודת ר"ח בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני ר"ח וניגוני יו"ט שבועות. מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א ר"מ בישיבה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז די אידן האבן תשובה געטוהן ביי מתן תורה אויף די עצם עבירה און אויף די צייט וואס מען האט געקענט טוהן א מצוה, און דאס דארף מען האלטן פאר די אויגן יעצט פאר שבועות אויסצוניצן יעדע מינוט אויף לימוד התורה און מתפלל זיין והאר עינינו בתורתיך, און ממשיך געווען בדברי מוסר והדרכה בענין קדושת ושמירת עינים, אכטונג צו געבן אין די זומער טעג, בפרט אז מען וואוינט אין די שטאט וויליאמסבורג וואס איז זייער א אויסגעלאסנע גאס און מען דארף גרויס רחמי שמים ניצל צו ווערן און נזהר צו זיין מיט שמירת עינים, און געבעטן די בחורים אז ווער ס'האט שכל זאל זען ווי פריער צו פארלאזן די טריפה'נע גאס אין די שטאט תיכף נאך די ישיבה קטנה יארן און האבן א יאר ווייניגער נסיונות, וכל ה'קודם' זכה און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער מנהל איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימוד שעות רציפות.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער מנהל הר"ר יודל שטאלצבערג שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:30.

ארום 7:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך משפחת הרה"ח ר' יואל דאנציגער ע"ה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און אנגעוואונטשן פאר די בני המשפחה.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ הנהלת בית האופה דקהלתינו הק' פון קר"י און וומסב''ג אינאיינעם מיט די דיינים המכשירים הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א ווי מען האט אויסגעשמועסט די פרטים פון די ווייץ פעלדער ווי מען גרייט זיך צו שניידן די ווייץ אין די קומענדיגע וואכן פאר חג המצות תשפ"ו, דער רבי איז איבערגעגאנגען אלע פרטים א לענגערע צייט און איבערגעגעבן הוראת קדשו און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א און הרה"ח ר' לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.
- הר"ר יואל ב"ר הערשל פריעדמאן שליט"א און הר"ר ליפא סאמעט שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 584