בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגג' סיון תשפ"ה5/30/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נח לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
- ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר שמואל בנימין פאלקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד', און דערביי געזאגט דברי הכנה צום יו"ט שבועות און דערביי מעורר געווען זיך צוצושטעלן צום מנהג טוב פון לערנען צוויי שעה יום ב' דשבועות פארן דאווענען אזוי ווי די פארגאנגענע יארן, און דערנאך ארומגערעדט מיט ווייטאג איבער די שרעקליכע מצב אין וומסב''ג סיי ברוחניות און סיי בגשמיות ובפרט איבער די דירות פרייזן וואס איז עולה עד לרקיע וואס דאס ברענגט פולע פראבלעמען בגשמיות און ברוחניות, און דאס איז חוץ די אנדערע הויכע הוצאות וואס קומט צו קאנטרי /קעמפ וכו', און געבעטן אנשי שלומינו מחזק זיין די קינדער אז ס'איז געקומען דער זמן זיך אוועק צו רירן פון וומסב''ג, 'איכא דרכא אחרינא', מען קען לעבן אנדערש, און מ'דארף לעבן אנדערש, און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו לרגל שמחת סיום הש"ס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי מען האט איבערגעגעבן די נייע פארענדיגטע מאפע פון די תחום שבת און עירובי תחומין פון איבער גאנץ קרית יואל וואס קומט ארויס לכבוד יו"ט שבועות, דער רבי האט איבערגעקוקט די מאפע א לענגערע צייט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א יו"ר וועד העירובין, איבער די פילע פעולות פון די וועד העירובין פאר די פילע עירובי תחומין אין אלע שכונות אין קר"י, און בפרט די נארוואס פארענדיגטע עירוב בשכונת פרי מגדים, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע אקטועלע שאלות בנוגע יו"ט שבועות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די חברי וועד העירובין שלא יצא מכשול במעשי ידיהם.

אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו און ווערט אריינגעגעבן עש"ק אינעם המספיק רעזארט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל אבד"ק וואלאווע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️