בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגג' סיון תשפ"ה5/30/2025

באריכט
פרייטאג ערש''ק במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' לייב ברמ"ש פרענקל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר יואל ברמ"א מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף יעקב קאהן הי"ו.
- ב"ר יונה פריינד הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק רבי אהרן ט"ב זצ"ל הי"ד - אבד"ק וואלאווע, וואס די היכל הביהמ"ד פונעם ישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לע"נ חותנו בעל הילולא זצ"ל.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער מנהל שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קוויטל כוללות פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן רש"י אם שמוע בישן תשמע בחדש וואס מען דארף האלטן פאר די אויגן 'תשמע בישן' מ'דארף איבער'חזר'ן די לימודים און 'תשמע בחדש' לערנען נייע לימודים, און אז מ'וועט אזוי טוהן וועט מען זוכה זיין צו די השפעות קדושות וואס קומט אראפ יו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רציפות.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א טעלעפאנישער קאנפרענס בביתו נאוה קודש מיט'ן ניו יארק סטעיט גאווערנאר האקול, וואו דער רבי האט זיך הערצליך באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס גאווערנער האקול האט אריין געלייגט ביים שטופן פאראויס און באשטעטיגן דעם אזוי-שווערער טויש אינעם חינוך געזעץ פון ניו יארק, וועלכע וועט האפנטליך אי"ה זיין דער הצלה-ברעט פאר אלע חרדישע מוסדות איבער ניו יארק סטעיט קעגן די גוזרי גזירת החינוך אינעם עדיוקעישן דעפארטמענט.

מוה"ר גדלי' סעגעדין הי"ו האט געעפנט דעם קאנפרענס קאל מיט עטליכע ווערטער ארויסברעגענדיג אז דער רבי געדענקט נאך ווי שווער ס'איז געווען פאר איר אראפ צו קומען בעפאר די וואלן און געבן דעם צוזאג וועגן דעם שווערן חינוך פראבלעם, ארויסטרעטנדיג קעגן אסאך מאכטפולע פאליטיקאנטן, און זי האט טאקע געהאלטן ווארט ביז'ן ענדגילטיג אונטערשרייבן דעם געזעץ.

די גאווערנאר האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א וואס האט געגעבן די מעגליכקייט צו העלפן דורך אזא נאנטע צוזאמענארבעט מיט די חרדישע עסקנים וועלכע האבן שווער געארבייט פארן חינוך בשליחת הקודש פון רבינו שליט"א די עטליכע יאר, ביז דער בודזשעט איז אריבער וואס האט געראטעוועט דעם מצב. און אזוי אויך מיט די אלע וואס העלפן כסדר אויף אלע סארט אנגעלעגנהייטן וואס איז גאר וויכטיג פאר די אידישע קאמיונעטי ווי סעיפטי, האוזינג געברויכן, באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און סעיוון די וואוטשערס פאר עלטערן פון פרייוועט סקולס, א.א.וו.

דערנאך האט רבינו שליט"א זיך גאר שטארק באדאנקט פארן גאווערנאר בשם אלע אידן איבער ניו יארק סטעיט פארן ראטעווען דעם עדיוקעישן פונעם ערליכן אידענטום, און פאר אלעם וואס מ'טוט פאר די אידישע קאמיונטיס איבער גאנץ ניו יארק סטעיט, און עקסטערע פאר קרית יואל, דער רבי האט צוגעלייגט אז אידן זענען געבענטשט מיט די מדה פון הכרת הטוב און געדענקען ווער עס טוהט זיי א טובה און בלייבן שטענדיג דאנקבאר, און דאן געוואונטשן זי זאל האבן ווייטער הצלחה אויף אלע אירע וועגן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️