יום שני של שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי אום 8:25 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'נעשה ונשמע' לימוד התורה ברבים, און אריין בחדרו הפרטי און עוסק געווען בתורה מיט א חברותא נכדו הב' יחזקאל שרגא ט''ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
ארום 9:30 איז איז דער רבי ארויס און ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל בית המדרש, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב הירש הי"ו (ב''פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55. אמירת הברכות: הרב הגאון ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו וומסב''ג. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית יוצר והלל.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות, און ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט קדיש לע"נ די משפחה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א הי"ד.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ויואל משה וומסב''ג, און הרה''ג ר' יצחק אהרן גרין שליט"א (וומסב''ג).
פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18 ב"פ.
הלכת הספר לבימה: הרה"ג ר' נתן דוד אשכנזי שליטא מסטאניסלאוו מאנסי, און הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א (מאנסי).
עליות.
- כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א מאיהעל ב"פ.
- לוי: הרה''ח יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב''ג).
- שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' אהרן מתתי' בר"א רייזמאן הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו (וומסב''ג).
- גלילה: הרה"ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי"ו (ב"פ).
- מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי).
נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור, צוליב די שטארקע געדרענג איז ווי שוין פארגאנגענע יאר אהערגעשטעלט געווארן דעם נייע סדר בהסכמת רבינו שליט''א, און איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הר''ר יואל מייזליש שליט''א (וויען) מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט אהבה רבה הב' משה בן הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
פארנאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה ונעילת החג. עס האט געדאווענט פארן עמוד: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ און געטאנצן פאר עטליכע מינוט, און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני יו"ט.
הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער - משמש דקהלתינו הק' בוומסב''ג האט אנגעגאסן פארן רבי'ן דעם כוס, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט טועם געווען מזונות און מען האט פארטיילט שיריים.
דער רבי האט געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה אם שמוע תשמעו בקולי' און געטייטשט אז דורך עוסק זיין בתורה ווערט גערעכנט די מחשבות טובות עס זאל זיין למעשה במילא איז טוב לו שנברא, דער רבי האט דערמאנט לשבח פון די שעות לימוד התורה ברבים זקנים עם נערים יו''ט אינדערפרי, און די שמחה בקהלתינו די סיום הש''ס בחבורת תורתך שעשועי די שמחה פון התחלת הש''ס מחזיר שני און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך די דב''ק האט דער רבי געליינט די כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ובאו כולם און עליונים ששו, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.
מעריב מוצאי יו''ט: הר''ר אברהם גאלדבערגער שליט''א, און דער רבי האט געמאכט הבדלה.
ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש
נאך הבדלה איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף, דער רבי האט געמאכט קידוש לבנה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויף 'טובים מאורות' און מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און דער רבי האט משמיע געווען די 'ברכת הקודש' אויפן פסוק ו'עתה' אם שמוע תשמע בקולי' און געטייטשט אז עס גייט ארויף זיי אויף קבלת התורה פונעם הוה און סיי אויפן עתיד מקיים זיין אלע קבלות טובות אויף להבא, אנשים נשים וטף יעדער לפי ערכו, און געוואונטשן לכל הקהל הקודש בכל מילי דמיטב. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ויו''ט היה עושים ווען אלופי אלפי ישראל זענען פארבליבן אויף די גאס בחצר ביהמ"ד הגדול א לענגערע צייט, טאנצן פייערליך אין צענדליגער רינגען פון חסידים ואנשי מעשה, ברוב שבח והודאה להשי"ת אויף די געהויבענע זמנים וואס מ'האט זוכה געווען.
מוצאי יו"ט זענען אריין זיך געזעגענען בביתו נאוה קודש בחורי אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ממשיך זיין די קדושה און השפעה פונעם יו''ט אויף א גאנץ יאר, און געבן כח און געזונט פאר כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א משפיע זיין אויף אונז נאך לאנגע געזונטע יארן און אונז פירן קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
