פרייטאג ערש''ק נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי הערש בערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר משה כ"ץ שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר מרדכי שמעי' קויפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים מרביצי תורה און קינדער, און משמיע געווען דב"ק איינצוהאלטן די קבלות טובות וואס מען האט געמאכט יו''ט שבועות, און מעורר געווען די קינדער וואס זענען שוין בר מצוה געווארן און די וואס גרייטן זיך שוין צו בר מצוה ווערן נזהר צו זיין נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין אזוי ווי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א פלעגט פארלאנגען פון די בר מצוה בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
