התרגשות עילאה עלעקטערזירט אין עקסטאז אלוועלטליכע תלמידי וחסידי סאטמאר הערנדיג די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט בעז"ה אינטערנעמען א מסע הקודש קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט
- געהויבענער 'מעמד יציקת קומות ביהמ"ד' צום בנין האדיר והחדש תל תלפיות בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק
- פייערליכע 'חגיגת חנוכת הבית' פונעם אויג-כאפנדע בנין האדיר והחדש פאר בית חינוך לבנות אין בני ברק
- היסטארישע הויכפונקט פון מסע הקודש לאנג-ערווארטעטע 'סאטמארער שבת מירון' שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט
געפילן פון חדוה עילאה און כיסופין דקדושה באנעמט די הערצער פון ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן בשורה טובה כי באה - נאך א לענגערע צייט אפשניט פון אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן אין ארה"ק - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אונטערנעמען א היסטארישע מסע הקודש קיין ארץ ישראל לפאר ולרומם קהילותינו הק' ומוסדותי' בארה"ק.
די הויפט ציהל פון די נסיעה הרוממה איז די היסטארישע חגיגות און מעמדים וואס דער רבי שליט"א וועט פייערן בישורון מלך בהתאסף ראשי יחד שבטי ישראל, די געהויבענע מעמד 'יציקת הקומות' פאר'ן בנין האדיר והחדש תל תלפיות וואס ווערט געבויט און גאלאפירט מיט גרויס אומפעט אין פלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק וועלכע וועט דינען אלס צענטער לתורה ולתפילה פאר קהילתינו הק' ומוסדותי' בקרתא דשופריא ת"ו.
ומשנהו בדומה לו, די שוין לאנג-ערווארטעטע חגיגת 'חנוכת הבית' אויפן פראכטיגן און אויג-כאפנדע השלמת הבנין האדיר והחדש פון בית חינוך לבנות אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאך וואס די מלאכת הבנין האט זיך פארצויגן א לאנגע תקופה מיט עטליכע צווישנדע הפסקות צוליב די שווערע קאוויד-סעזאן און דערנאך די אנגעצויגענע מלחמה תקופה ה"י, דעריבער אצינד איז די שמחה כפולה ומכופלת אז ענדליך איז מען שוין ב"ה זוכה לברך על המוגמר אויפן בנין החדש על תילה בנויה ברוב פאר והדר.
די גולת הכותרת פונעם מסע הקודש וואס וועקט אויף געגועין דכסיפין, בענקענדיגע און הייליגע געפילן ביים ציבור, איז די ערווארטעטע 'סאטאמארער שבת מירון' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בשבת קודש המתאחדת פון אלופי אלפי ישראל ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א שב"ק פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
הערנדיג פונעם שבת מירון ערוועקט דאס די לעכטיגע זכרונות פון די פארגאנגענע שבת פרשת פקודי תשע"ו וואס דער גוטער טעם און רישומא קדישא פונעם היסטארישן שבת מרומם ונעלה ליגט נאך פאר יעדן אין די ביינער און איז נאך עד היום א געשפרעך פון התרגשות ביי וועם עס האט דאס בייגעוואוינט, דעריבער קוקן שוין ארויס אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר א לענגערע תקופה מתי יבוא לידינו ונקיימנה ווען וועט מען שוין נאכאמאל האבן די זכיה צו אזא שבת מלא רגש התעוררות ודביקות בצילא דרשב"י, און דערפאר רופט דאס אצינד ארויס א זעלטענע פרייד ביי יעדן הערנדיג אז הנה זה בא מ'גייט בעזהשי"ת ווידער האבן די געלעגנהייט און זכיה צו א 'סאטמארער שבת מירון'.
מטעם הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארץ ובגולה איז פארמירט געווארן א וועד הנסיעה, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון ארגאניזירן דעם מסע הקודש און שבת המרומם, אינאיינעם מיט די גאר געניטע עסקנים פון קהלתינו הקדושות אין ירושלים און בני ברק, שוין עטליכע וואכן וואס מ'ארבעט אויס די פלענער אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, באזונדער האט מען מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעדונגען די דירות און אכסניות אויפן בארג אין מירון צו קענען איינקוואטירן דעם ציבור אויף שב"ק.
אין א ספעציעלע מודעה מטעם דעם וועד הנסיעה ווערט געבעטן דער ציבור אנ"ש בכל לשון של בקשה זיך נישט ווענדן פערזענליך צו באשטעלן קיין אכסניות אין מירון בכדי נישט צו גורם זיין קיין התייקרות בשער, אזוי אז עס זאל טאקע ערמעגליך זיין אפצורעכטן דעם שבת אינעם אתרא קדישא.
מערערע פרטים פונעם מסע הקודש און שבת המרומם וועט אי"ה נאכפאלגן.
צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע