מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ברוך פרענקל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:20 איז דער רבי אריבער צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וואס קומט פאר היינט אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל געצינדען ליכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה, און געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע''א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:15 איז דער אנגעקומען אין שיכון סקווירא צו די חופה ביים שמחת החתונה פון נכד גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א החתן בן חתנו הגה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א, און נאך די חופה מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס האדמורי"ם שליט"א און זיך באגריסט מיט גיסו הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ ב"ב.
ארום 8:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג קרח אין ביהמ"ד ברך משה אין קר"י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון רבי חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער,עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' משה שמואל ניימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20, און פאר מעריב געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
