דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בצלאל דוד רייכמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישראל מאיר שרייבער הי"ו.
- ב"ר חיים דוב יעקב ניימאן הי"ו.
- ב"ר משה טאמבור הי"ו.
- ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר חיים מאיר ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ ביי די אסיפת הרבנים וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ בבית הגאון רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ ווי מען האט דן געווען בדבר ה' זו הלכה בענינים העומדים על הפרק למען אחב"י המצפים לישועת ה' להיפקד בדבר ישועה ורחמים. דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין רצון זיך צו באטייליגן פערזענליך ביי די אסיפה אבער צוליב די חתונה פון נכדתו אויפדערנאכט איז עס נישט געווען במציאות און האט געשיקט בשליחותו בנו הגדול הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן צו ארויסהעלפן די אידן המצפים לישועה, און משמיע געווען דעת קדשו בנוגע די שאלה און מסיים געווען מיט דברי חיזוק פאר די חשוב'ע רבנים און דיינים שליט"א.
שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב"ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב ב"פ בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב זצ"ל וחתן האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל
ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צד דרום צו מנחה, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א ביום החופה.
דערנאך ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און הר"ר שמואל קרויס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה.
דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט מסדר געווען די כתובה. עדי כתובה: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו און הרה"ח ר' אלעזר פעלדמאן הי"ו. דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען.
- קריאת הכתובה: הגה"צ רבי מנחם ערנסטער שליט"א ר"י וויזניץ ב"ב.
- ברכות ראשונות: הגה"צ אבד"ק טאמשוב שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ רבי ברוך האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מצאנז ב"פ.
- עדי קידושין: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים קר"י און הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל ב"פ.
- עדי יחוד: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
ביים חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און מחותנים.
דער רבי איז אריינגעקומען צום סעודת החתונה ארום 8:20, געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:20 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיט די גאנצע אויבנאן. דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 9:40, און אהיים לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' משה דוד פערל הי"ו און הרה"ח ר' יואל הערש פישער הי"ו.
- דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו ברכת המזון און מצוה טאנץ.
- ברכת המזון: הגה"צ ר' זלמן אשכנזי שליט"א אבד"ק אויסטילא.
- ברכות ראשונות: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- ברכה אחריתא: הגה"צ ר' בנציון מייזליש שליט"א אב"ד קרית באבוב בת ים.
האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, ביים מצוה טאנץ האט דער רבי אנגעכאפט א גארטל מיט וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א איז געטאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פון האדמו"ר מסאכטשוב זצ"ל זיידע פונעם חתן.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די מחותנים באזונדער.
דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה כנהוג. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד אום 1:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
