דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה לוי ברוין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"ח. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' פון מוסדות אור משה אין ב"פ בנשיאות הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת קידושין און מען איז אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה און רבני ועסקני וועד המקואות דקרית יואל.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האבן עטליכע חברי הוועד פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני מקוואות בהלכה, פראקטיק און היסטאריע, און דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט פילע מנהגים פון מקוואות ביי רבותיה"ק זיע''א לבית סיגוט און פארציילט סיפורים איבער די חשיבות פון א מקוה ביי פריערדיגע צדיקים.
במשך די סעודה האבן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו און הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו פון ארה"ק מהנה געווען בנגינה ובדברי בדחנות לכבוד השמחה.
ארום 6:00 איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צו די שבע ברכות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן, דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט ביז צו די קאר און זיך ווארעם געזעגענט און אנגעוואונטשן מ'זאל קענען אהיימפארן גרינגערהייט בשלום קיין אר"י.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט ארום דעם זאל, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
נאכן בענטשן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ המשפיע הגה''צ ר' יהודא דייטש שליט"א מעיה"ק ירושלים ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן - סוגיות און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' שלמה יעקב זידא אייכנשטיין שליט"א אב"ד גאלאנטא, בן כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
עקסטער האט רבינו שליט"א געלאזט אריבעררופן הרבני החסיד התורני ר' יצחק שווארץ הי"ו פטרון תורתך שעשועי, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן הערליכן ווארימען סיום וואס ער האט אהערגעשטעלט דעם פארגאנגענעם זונעוז. במעמד אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט אים אויסגעדרוקט רגשי לבבו הטהור פונעם מעמד מרומם, און אים געגעבן חיזוק ממשיך צו זיין ביתר שאת וביתר עז.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי צו די שמחת החתונה פון נכדת אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט מאנסי, עב"ג החתן אברהם שלמה בן הר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א בן הגה"צ ר' מנחם זכרי זילבער שליט"א אבד"ק בני משה פריימאן שליט"א וחתן הגה"צ רבי מנשה כ"ץ שליט"א אבד"ק קול יהודא פריימאן.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא צום שמחת החתונה און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ, און מיט די ברכות ראשונות די בני המשפחה און דער רבי האט געזאגט ברכה אחריתא.
בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין מיט ווארעמע חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און דערנאך מיט משפחת אחיו הגה"צ שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט אחיו הגה"צ שליט"א.
דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 1:30 און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
