זונטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חנני' יו''ט ליפא סופר הי"ו.
- ב''ר יצחק משה גראס הי"ו.
- ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- ב"ר אברהם וויינשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די עטרת טשארנא זאלן אין מאנסי צו די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי מוסדותינו הק'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה מיט פיאות און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען געווען פארזאמלט די צוועלעפטע קלאס תלמידות בית רחל פון מוסדותינו הק', און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מ'פארלאזט דעם בית רחל נאך אזויפיל יארן דארף מען האלטן פאר די אויגן וואס מען פארלאנגט פון א בית רחל תלמידה און בפרט אז דאס איז די ערשטע יאר פון די יארגאנג ביי מוסדותינו הק' אין מאנסי און ווען מען באטראכט די פירות פון בית רחל באטראכט מען זיי, און דאס פארלאנגט פון יעדעם א געוואלדיגע אחריות צו מאכן א קידוש השם, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה וויאזוי א אידישע שטוב דארף ווערן געפירט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד. דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד ווי די תלמידי המוסדות האבן עוסק געווען בתורה, און אריבער צווישן די קינדער און בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע כתה ווי די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת מוסדותינו הק' זענען אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים.
פון דארט איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט פונעם נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויט דערנעבן און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה
דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט א שטארקע הנאה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף דרכי תורה בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א, דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.
דערנאך ארום 4:00 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו החדש ברך משה אין די ספרינג וועלי געגענט וועלכע האט זיך געעפענט אין די פארגאנגענע חדשים, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אין די חדרי התפילה, מקוה, און עזרת נשים, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן ר' יואל שמואל גאטליעב הי"ו מגבאי הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א, מו"ץ, און פארן גאנצן ציבור, ובמיוחד פארן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שטארקע הנאה פון די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי בכמות ובאיכות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור ובפרט פאר הרה"ח ר' משה יצחק הי"ו וועלכע האט מנדב געווען און אהערגעשטעלט אזא שיינע ביהמ"ד, און געזאגט אז די עיקר שיינקייט פון א ביהמ"ד איז ווען עס איז פיל מיט לומדי תורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הביהמ"ד החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל וועלכע האלט אין די טיפע בוי פאזעס, דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אין אלע שטאקן אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. ארום 4:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברר"א דאנא הי"ו און הרה"ח ר' חיים מרדכי שמעא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער פארנט פונעם בנין ישיבה קטנה סניף ישמח משה צו די לוי' פון הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה ר"מ בישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
- הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
נאך די תנאים'ס איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משפחת הרה"ח ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה, און נאך די ניחום אבלים צוריק לביתו נאוה קודש אויף איהעל ממשיך זיין די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חשובי ופני הקהילה איינצולאדענען צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה בבית מדרשינו אין לינדען וועלכע קומט פאר דעם דינסטאג, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
