דינסטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ח העללער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען אין לינדען ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה בבית מדרשינו החדש און פאר די מקוה טהרה דקהלתינו הק'.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און מיט חותנו הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן, און אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יעקב יואל ווייס הי"ו - מגבאי הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארענדיגן די ביהמ"ד אויף קומענדיגע ווינטער הבעל"ט, און דערנאך אראפ אויפן אונטערשטן שטאק און זיך אומגעקוקט אויף די היכל התורה וואס ווערט געבויעט.
דאן האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען הרבנים הגאונים שליט"א און חברי קהלתינו הק' צו גיסן די בורות, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים זענען אנוועזנד געווען די רבני העיר האדמו"ר מקאסאן שליט"א און האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק זאת חקת התורה און ארויסגעברענגט אז די תלמידי בעש"ט האבן איינגעפירט אז מען זאל לערנען און דאווענען בטהרה און גיין אין מקוה יעדן טאג, במילא איז א גרויסע שמחה אז מען איז געקומען היינט גיסן א מקוה אין א ביהמ"ד ווי מען גייט לערנען און דאווענען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל קענען באנייען די ביהמ"ד און די מקוה בקרוב ובניקל. מען האט געענדיגט ארום 5:40.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם ריזן בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, און איז ארום געגאנגן אינעם בנין זיך אומקוקן און געהערט א באריכט איבער די פלענער פונעם בנין פון די טרטיגע געטרייע עסקני המוסדות און אויך פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מגדולי הנדיבים פון מוסדותינו הק' אין לינדען, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן אפיס בנין אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל די קאנטראקט שליסן פונעם בנין המוסדות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' אברהם הי"ו און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום יציקת הבורות אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק', דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען הרבנים שליט"א און די נדבני המקוה צו גיסן די בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אלע נדבני המקוה זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש, במיוחד האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרבני הנדיב מוה"ר יצחק זאב לעפקאוויטש הי"ו. אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הר"ר יעקב מנחם שטייף שליט"א יו"ר פון די שטאטישע מקוה טהרה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן אז די זכות פון מרבה זיין טהרה בישראל זאל משפיע זיין כל טוב פאר די נדבני המקוה.
ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט לינדען און אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00 און מעריב ארום 10:00 אזייגער.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
