מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מענדל כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די פארשארפטע גזירות הגיוס בארה"ק, און שטארק מחזק געווען אחב"י תושבי ארה"ק צו שטיין כחומה בצורה און אדורכמאכן די ביטערע גזירה בסייעתא דשמיא אזוי ווי מען איז אדורך אלע שווערע גזירות במשך דעם לאנגן גלות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדרו הפרטי לרגל די שמחת סיום הש"ס דורך הבה"ח אליקים יודא ב"ר אליעזר ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ממציוני תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יעקב פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ליפא גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' ליפא סאנדעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' חיים שלמה אקערמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
צווישן די חופות ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר איתמר טובי' ווידער שליט"א און הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ קרית יואל.
און פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל יונתן עג'מי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א מאסרי הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקו"פ א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א - רב דביהמ"ד עבודת אהרן בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, האט מנדב געווען א שטח צו קענען בויען א מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין שכונת דזשעפערסאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שכונה און איבער די חשיבות פון מרבה זיין טהרה בישראל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן הרה"ג ר' יואל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן און פאר די תושבי השכונה.
אויך זענען אריין בקו"פ הנהלת בוני עולם אין שפיץ פונעם מנהל הרב שלמה באכנער שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם בעפארשטייענדע יערליכע קאמפיין פאר בוני עולם אין קרית יואל. דער רבי האט אויסגעפרעגט און איבערגעגאנגען די פרטים איבער די ארגאניזאציע און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים און עקסטער פארן מנהל ר' שלמה.
אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בקו"פ אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און מיט די באטייליגונג פון הר"ר ירוחם סילווער פון אגודת ישראל דאמעריקע, ר' מנחם הורוויץ הי"ו און ר'
בעריש פריעד הי"ו פון די 'חיים ארוכים' ארגענעזאציע וועלכע העלפט פאציענטן אויף וועמען די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן ל"ע, עסקנים פון קרית יואל הצלה, און עסקנים פון נאך עטליכע רפואה ארגענעזאציעס, אינאיינעם מיט עטליכע דאקטוירים און טשאפלעינס פון שפיטעלער, צווישן זיי מעמאריעל, קארנעל, קאלאמביע איי סי יו אפטיילונג, און נאך, ווי מהאט אויסגעשמועסט ענינים העומדים על הפרק איבער דעם ביטערער מצב אין די שפיטעלער, צווישן אנדערע די נייע רציחה געזעץ אין ניו יארק וועלכע וועט ערלויבן דאקטוירים צו געבן גיפט פאר פאציענטן וועלכע ווילן ענדיגן זייער לעבן רח"ל. די עסקנים און דאקטוירים האבן אויסגעשמועסט דעם יעצטיגן מצב אין די שפיטעלער, די שטארקע פארנאכלעסונג און אנדערע מיסבאהאנדלונג דארט, און די דרוק וואס מען לייגט אויף פאציענטן אויפצוהערן קעמפן פאר זייער לעבן רח"ל, און וואס אזא געזעץ קען חלילה ערגער מאכן, און מטכס עצה געווען וואס עס איז שייך צו טוהן דאס אפצושטעלן, דורך שתדלנות ביי די ערוועלטע באאמטע און ביים גאווערנאר. דער רבי האט מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
