בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגט"ו תמוז תשפ"ה7/11/2025

באריכט
דאנארשטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר שמעון הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר נתן יואל שווארטץ הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא בר"ש פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו"פ בביתו נאוה קודש די ילדי ת"ת בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט פארהערט די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א קויפמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם יעקב מינקאף הי"ו און הרה"ח ר' יצחק לייב ווייס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15, און מעריב ארום 12:55 בביתו נאוה קודש.

פרייטאג ערש"ק פרשת בלק

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א.

ביים אנקומען איז דער רבי קודם אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל עוזר ווייס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ווי מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר אלע מלמדים און קינדער, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס אין די יארן דארף מען זיך אויסלערנען צו לערנען גמרא מיט רש"י און צו דאווענען מיט כוונה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 576