בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ב תמוז תשפ"ה7/18/2025

באריכט
מיטוואך פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. בעטלהעם, ניו העמפשיר

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.

בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ברמ"ד היילברוין הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די ידידות פון מרן הקדושת יו"ט זיע"א מיט הגה"ק רבי רפאל גרויס זצ"ל מבערבעשט.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.

אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישער קאנפרענץ מיט די חברי הנהלה פון תורתך שעשועי, ווי דער רבי האט געהערט א שיינעם גרוס פון די ערשטע בחינה פונעם מחזור שני וואס איז פארגעקומען דעם מאנטאג, ווען נאנט צו 5000 מאנ"ש די בכל אתר ואתר האבן זיך געשטעלט נעמען די בחינה. עקסטער האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבין א הערליכן גרוס פונעם גרויסארטיגן סיום הש"ס מחזור ראשון וואס איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק, בראשות גדולי הדור ועל צבאם הגאון הגדול מרא דארעא קדישא שליט"א, דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.

דאנערשטאג פרשת פנחס

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.

בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומס"ב). בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב"ג).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב"ג), און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס בסיפורי צדיקים פון הרה"ק רבי ישכר בער מבעלזא זיע"א.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
נאך מעריב האבן די פילע געסט שלום גענומען.

פרייטאג ערש"ק פרשת פנחס

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אין שעראן ספרינגס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 577