מאנטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, עיר הנופש בעטלהעם, ניו העמפשיר
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בנש"ק ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו (וומסב"ג). בעל תפילה: הב' מנחם מענדל ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' מנחם טייטלבוים הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הרה"ח ר' אשר אברהם לאנדא הי"ו.
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר מנחם טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ווייסמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, ווי ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני תפילין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן מאנטאג כ"ה תמוז.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער. בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
בעל תפילה: הב' שלמה ארי' ב"ר משה הירש הי"ו.
דינסטאג פרשת מטו"מ
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י). בעל תפילה: הב' יושע ב"ר יואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דעם חיוב פון ברכת הגומל.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:30.
מיטוואך פרשת מטו"מ
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
- ב"ר יואל ב"ר אנטשיל גאלדבערגער הי"ו (קר"י).
- ב"ר אלימלך בנציון וואלדמאן הי"ו (וומסב"ג).
בעל תפילה: הב' הערשל ב"ר משה הירש הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגן קדושת לוי זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די נסים וואס איז געשען אין קר"י ווען א קרעין איז אראפגעפאלן נעבן ביהמ"ד בית חיים יעקב דקהלתינו הק'.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 8:55. בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו (קר"י).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. ביים זמן ר"ת ארום 9:30 האט דער רבי האט אנגעצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו מעריב לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון ב"פ איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרי חידושי הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל וואס ער האט איבערגעדריקט, און הב' משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דאנארשטאג פרשת מטו"מ - יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל ישמח משה זיע"א
אינדערפרי איז דער רבי אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
- ב"ר משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר"י).
- ב"ר אהרן יוסף בר"י לאנדא הי"ו (קר"י)
.
דער רבי האט געצינדן 5 לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו (וומסב"ג).
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י).
- שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
און האט פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער נאך פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זיע"א.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 7:20, דער רבי האט געצינדן 5 לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
ארום 8:00 אזייגער האט זיך דער רבי געוואשן צו די סעודת הילולא און מעריך געווען שלחנו הטהור אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף 'ישמח משה' פון קר"י בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, פאר די פיש האט דער מנהל שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת בבא קמא וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו'.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים און פארן גאנצן ציבור, און נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי הערשל'ע ליסקער זיע"א וואס האט געזאגט זייענדיג ביים יארצייט אין איהעל אז דער הייליגער ישמח משה זיע"א שטייט און בענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דאס גייט נאך אן עד היום הזה און יעדער ווערט געבענטשט פונעם גרויסן בעל הילולא זיע"א. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 9:30, דערנאך האט רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
נאך מעריב זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, אזוי אויך האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנשי שלומינו פון מאנטריאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און הר"ר שמחה בונם פאנעט שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר באר שבע פון הרה"ק רבי משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשווע וואס ער האט איבערגעדריקט מיט א הערליכע נייע אויפלאגע.
פרייטאג ערש"ק פרשת מטו"מ
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען זענען די פילע געסט אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
