די פארגאנגענע וואך לסדר 'אלה מסעי בני ישראל' איז אריין אין שפאנונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט בס"ד אויף פרשת תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען ס'איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך דאהי אין ארה"ק, הרבני החסיד הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו איש אמונים לימין כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו הרבני החסיד מו"ה שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב, ער איז שוין יארן לאנג מראשי העסקנים אלע נסיעות פון רבינו שליט"א. און האבן אפגעהאלטן אסיפות מיט די לאקאלע עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש, און געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער אין אתרא קדישא מירון יצ"ו וועלכע וועלן בעז"ה אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש בצלא דמהימנותא במקהלות אלופי אלפי ישראל כ"י מארץ ומגולה.
תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד דאהי אין אר"י מאנטאג פארנאכטס זענען די געסט אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים בארה"ק, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן קיין ב"ב ווי ס'איז פארגעקומען די ערשטע זיצונג מיט די ראשי העסקנים דקהלתינו וועלכע האבן אנגעפירט דעם פאריגען אומפארגעסליכע שבת פקודי אין מירון, מ'איז אריבער אויף אלע פרטי פרטים וואס צו ערווארטן אויף דעם געפלאנטן שבת בס"ד.
צומארג'נס דינסטאג פון גאנץ פריה אהן איז מען געווען אין אתרא קדישא מירון און געזיצן מיט די גרויסע ארגאניזירער אויף אלע פלענער און חלקי השב"ק על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאוניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק אז ס'זאל קלאפן בס"ד אויף הונדערט פראצענט עצהיו"ט.
עקסטערע האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, און אזוי אלע דערפלעך ארום, צו פלאנירן דאס אוישטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, כדי צו קענען אקאמאדירן אזא ציבור אידן בליעה"ר, וועלכע אנטשפרעכט צו זיין אין א בחינה פון א קיבוץ גליות פון שווערע טויזנטער אלופי אלפי ישראל מכל קצוי תבל ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
די עבודת הקודש פון אויסשטעלן אזא שבת אין מירון היינט צו טאג, איז פיל פיל שווערער בדמי"ם תרתי משמע, צוליב די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו', וואס כמובן ברענגט דאס מיט זיך אויך העכערע קאסטן און מער קאמפלעצירטע ארבעט.
אינטער א ברענעדיגן זון און שווערע היצן פון אריבער 105 דעגרי [לויט ווי מ'רעכנט אין אמעריקע] וואס הערשט אין די טעג אין מירון, זענען די עסקנים אינאיינעם מיט די געסט און ארגעניזירער געשטאנען אויף די שטחים אויסצפלאנירן אלע אפציעס, צו פראבירן אהערצושטעלן די געהויבענע מעמדים במשך דעם שב"ק, די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, וכו' אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך.
שפעט אויפדערנאכט - אבער נישט איידער א הייסע תפילה ביים ציון הק' אין די מערה אויף א הצלחה'דיגן שבת - זענען די געסט צוריקגעפארן קיין ב"ב צו זיצן אן אסיפה מיט די ארטיגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסארטיגער מעמד חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם בנין מפואר, די בית חינוך לבנות וואס איז געבויעט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, און ווערט נארוואס פארענדיגט בס"ד במלוא הדרו.
צומארגנ'ס מיטוואך צופרי זענען די געסט אריבער געקומען קיין ירושלים עיה"ק און געזעצן א לענגערע אסיפה מיט די היגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט בעיר הקודש ת"ו, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גראנדיעזער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול אינעם בנין המפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' וואס ווערט געבויעט מיט גרויס אימפעט לשם ולתפארת.
דערנאך אין די מיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דאהי אין ירושלים א צענטראלע אסיפה פון די הנהלת קהילות ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, ווי עס זענען אויך געקומען צו פארן די ראשי הנהלה פון בני ברק און בית שמש, וואו מ'האט בעצה אחת דורכגעשמועסט די דעטאלן איבער דעם מסע הקודש און דער שבת המרומם.
אורחינו הדגול הרב ר' נפתלי הירצקא הי"ו האט אויפגעטרעטן לכבוד הנאספים די געטרייע חברי ההנהלות פון אלע שטעט, און מיט פאסיגע רעיונות משבח געווען די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק וועלכע זענען מפורסם בקרב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיט זייער מסירות ונאמנות בלב ונפש לכל קדשי קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט אז ס'זאל זיין א ברייטע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים כאיש אחד ובלב אחד ווי יעדער וועט אויספירן זיין חלק צום מאקסימום
סוקסעס, וואס וועט זיכער ברענגען די ערווארטעטע הצלחה אויפן געהויבענעם שב"ק און בכלל די גאנצע געהויבענע נסיעה, לרומם קרן התורה והחסידות.
לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
