בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"א מנחם אב תשפ"ה8/5/2025

באריכט
צום תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, עיר הנופש בעטלהעם ניו העמפשיר


מוצש"ק ליל ת"ב איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 10:05. בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א (קר"י).

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט די ברכת בורא מאורי האש. דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד. איכה און די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

זונטאג פרשת ואתחנן, יום תשעה באב

אינדערפרי איז דער רבי אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45.
בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.

- פתיחה: הר"ר חיים אלימלך יאקאב שליט"א.
- בעל קורא: הר"ר שמואל קרויס שליט"א.
- כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
- לוי: הבה"ח לייבוש ב"ר הערש יוסף לעווי הי"ו (קר"י).
- שלישי/מפטיר: רבינו שליט"א. עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הרב יעקב יצחק הורוויץ הי"ו
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו.

דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות רב.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב. די קינות האט פארגעזאגט הר"ר שמואל קרויס שליט"א.

נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט אום 1:00 אזייגער.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד ארום 6:45.

דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד. און געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה. דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפילה: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.

- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- בעל קורא: הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו.
- לוי: הב' נחמן ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
- שלישי/מפטיר: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הב' משה יודא ב"ר שלמה אלעזר שפילמאן הי"ו.
- גלילה: הב' פנחס ב"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו.

נאך מנחה האט דער רבי געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 7:45.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:21. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי אנגעטוהן די שיך,
אום געמאכט הבדלה און טועם געווען מזונות, דערביי האט מען געזינגען ניגוני נחמה, דערנאך האט דער רבי מחדש געווען די לבנה ביים פארקינג לאט פונעם דערנעבענדיגן האטעל מיט גרויס שמחה, נאך קידוש לבנה איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און דערביי האבן הב' מאיר ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב"ג), און הב' יעקב ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן) איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 485