זונטאג פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אליהו פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). בעל תפילה: ר' שבתי בר"ד ווערטהיימער הי"ו (מאנטריאל). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, און ס'האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות תפילין, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.
דער גאנצער ציבור איז אריבער זיך געזעגענען און דער רבי האט אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער דער קשר פון הרה"צ רבי רפאל גרויס מבערבעשט זצ"ל מיטן הייליגן קדושת יו"ט זיע"א.
ארום 5:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטען פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אויפן וועג אהיים נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
ארום 7:05 האט דעם רבינ'ס פליגער געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, און דער רבי איז אריינגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין קר"י און תיכף צוגעפארן מסדר קידושין זיין ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין. און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א און הרה"ח ר' ישראל פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
פון דארט איז דער רבי אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. ביים אנקומען האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און דער גאנצער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ב פאלקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ברוך יודא קאללער הי"ו, און פון די מחותנים הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו.
דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה סיגוט בשכונת ויואל משה צו די שמחת התנאים פון נכדת גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, הכלה בת לבנו הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א - רב הביהמ"ד, חתן האדמו"ר מסוליצא שליט"א,
עב"ג החתן בן הרה"ג ר' ארי' לייבוש הורוויץ שליט"א בן האדמו"ר מסטריזוב שליט"א וחתן הרה"צ רבי ירמי' טייטלבוים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס איבער די כתובה פונעם זיידן האדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איבער זיין חתונה ווי רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א אינאיינעם מיט הגה"ק המנחת אלעזר זצ"ל האבן אינטערגעפירט די חתן כלה,
דער רבי איז מכובד געווארן מיט קריאת התנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן חתן, פאר גיסו הגה"צ מאנטריאלער רב שליט"א, פאר די מחותנים און זיידעס שליט"א, און פארן גאנצן ציבור מתפללי הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 11:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית מנחם זאב דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביים נייעם פליגל און דערביי געהערט א באריכט פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארדאפלען דאס ביהמ"ד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלת הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
