בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ה8/18/2025

באריכט
זונטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב פריינד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר אברהם נתן נטע סופר הי"ו.
- ב"ר אליקים געציל פסח לאנדינסקי הי"ו.
- ב"ר דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זיין אפרייזן אויף א נסיעה (מיוחד לכהנים) צו די מקומות הקדושים אין אייראפע לקראת שמחת נשואי בתו למז"ט, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים פון די נסיעה אויסגעשטעלט פאר כהנים און אנגעוויזן הוראת קדשו אויף פארשידענע פרטים און ווארעם אפגעזעגנט בברכת קדשו.

ארום 7:15 איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די שמחת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' נחמן פיש הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א צו טאנצן מיט די ספר תורה און דערנאך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א - נשיא ישיבה תו"ח לאנדאן, נאך די ריקודי קודש האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א - מו"ץ בהעדה החרדית ומראשי וועד הכשרות שע"י העדה החרדית, ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פולע חומרות פון די קרית יואל'ע בית השחיטה און די חילוקים פון דאהי און ארץ ישראל בעניני שחיטה. ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו''ת מרבה חיים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הנהלת מוסד הק' רב טוב איינצולאדענען צו די מסיבה השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, וואו מ'האט אויסגעשמועסט איבער די לעצטיגע פעולות פונעם מוסד לטובת אחב"י אין אוקריינע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת מפעל 'אבותינו' להצלת בתי חיים אין אייראפע ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות לטובה און דערביי אנגעפרעגט הוראת קדשו אויף פארשידענע ענינים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' יוסף פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי"ו.
- הר"ר אלעזר בהגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א און הר"ר יושע יודא פריעדמאן שליט"א (וומסב"ג).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 566