בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגב' אלול תשפ"ה8/26/2025

באריכט
זונטאג פרשת שופטים, ר"ח אלול, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שלום ברמ"ז טייטלבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו.
- ב"ר בעריש גפן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יחזקאל קליין הי"ו.
- ב"ר אברהם נתן נטע ראזענפעלד הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאלסבורג, צום יערליכן באזוך אינעם קעמפ. דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:50 און זיך באגריסט מיט די הנהלת המחנה און הנהלת המוסדות, דערנאך איז דער רבי אריין אינעם בנין פון שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידות פונעם קעמפ,
דער רבי איז ארויף אויף די בימה און משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה פאר די תלמידות בעניני צניעות און יסודת הבית און שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פון א אידישע מאמע וואס דאס שטעלט אוועק א אידישע שטוב, און די זכיה פון אוועקשטעלן ערליכע און חסידישע דורות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יודל ב"ר מאיר הירש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר זיין ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן שפעטער נאכמיטאג אינעם ביהמ"ד פונעם קעמפ, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מכבד געווען די בני המשפחה צו שרייבן א אות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי"ו, פאר זיין פאטער הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, און זיין שווער הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו און פאר די גאנצע משפחה, מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו און הרה"ח ר' ליפא דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יצחק הערש פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מאיר דוב גליק הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן די וואך אויף מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער דעם סדר הנסיעה און איבערן פלאן צו זיין אויף דעם שב"ק פרשת שופטים בעיר האבות סיגוט ביומדה"ק פונעם הייליגן ייטב לב זיע"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

מאנטאג פרשת שופטים, בר"ח אלול


אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה לייפער הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען האט מען געזאגט לדוד ה' אורי כנהוג און דערנאך האט דער רבי געבלאזן שופר און דערנאך געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פונעם משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' אברהם מענדלאוויטש הי"ו בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, וואו דער רבי איז געווען סנדק,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית, פאר משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און פאר די גאנצע משפחה.

זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' מיכל ברי"ש פריעדמאן הי"ו און הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' אהרן שלמה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
צווישן די חופות האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 איז דער רבינ אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש וואו דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי יושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב, לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️