בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגה' אלול תשפ"ה8/29/2025

באריכט
פרייטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- בהר"ר אשר אנשיל גריסגאט שליט"א.
- ב"ר חנני' לעווי הי"ו.
- ב"ר שבתי בראך הי"ו.
- ב"ר יואל פנחס זיכערמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דאן משמיע געווען דב"ק פאר די תלמידי הישיבה, און מעורר געווען אויסצוניצן די פאר וואכן וואס איז נאך געבליבן ביז סוף יאר מיטן אויפשטיין פארטאגס, און איבערחזר'ן די לימודים, און פארענדיגט בברכת קדשו.

ארום 1:45 נאכמיטאג האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקעט, ווי דער רבי וועט אפרעכטן א דערהויבענעם שבת אינאיינעם מיט חברי קהלתינו הק' פון מאנסי, שבת הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️